שאלות און תּשובֿות אין "הלכות ליבע"
פֿון חנה סלעק (לאָס־אַנדזשעלעס)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

טײַערע חזנטע,

איך בין אַלט 45 יאָר און כ‘האָב נישט קיין קינדער. איך האָב פֿאַרלוירן מײַן פֿרוי מיט אַכט יאָר צוריק ווען זי איז אומגעקומען אין אַ שרעקלעכן נאַרטל־אומגליק. דאָס גאַנצע לעבן האָב איך געוואָלט זײַן אַ טאַטע, און מײַן פֿרוי און איך האָבן געחלומט צו האָבן קינדער. איך אַרבעט שווער און כ‘האָב שוין גענוג געלט אײַנגעשפּאָרט אויפֿצוהאָדעווען אַ קינד. איך גיי אַרויס מיט פֿרויען און כ‘וואָלט געוואָלט נאָך אַ מאָל חתונה האָבן, אָבער איך בין נישט זיכער, אַז דאָס וועט אַ מאָל געשען. טראַכט איך פֿון אַדאָפּטירן אַ קינד. איך ווייס, אַז איך וועל זײַן אַ וואַרעמער, גוטער טאַטע. איך האָב נאָר מורא פֿאַר איין זאַך — וואָס געשעט, ווען אַ קינד וואַקסט אָן אַ מאַמען? וואָס וועט פֿאָרקומען אינעם "מוטערס־טאָג"? וועט ער, אָדער זי, מיך פֿײַנט האָבן צוליב דעם? צי זאָלן די ספֿקות מיך אָפּהאַלטן פֿון מײַנע פּלענער צו אַדאָפּטירן?

אַ בחור אָן קינדער


טײַערער בחור אָן קינדער,

אַ קינד וואָלט זיכער גליקלעך געווען ווען איר וואָלט געווען זײַן טאַטע. דאָס קינד וועט טאַקע פֿרעגן בײַ אײַך, פֿאַר וואָס עס האָט נישט קיין מאַמע, און איר וועט עס דאַרפֿן דערציילן וועגן דער וווּנדערלעכער מאַמע, וואָס וואָלט זייער געוואָלט זיך טרעפֿן מיט אים און געווען שטאָלץ מיט אים, און קוקט אַראָפּ פֿון הימל מיט אַ גרויסן שמייכל.

טאָ, שיקט אַרײַן די אַדאָפּטיר־פּאַפּירן וואָס גיכער, עס זאָל מקוים ווערן אײַער חלום צו ווערן אַ טאַטע. אין אַ גוטער שעה!


טײַערע חזנטע,

מײַן 13־יאָריק טעכטערל האָט מיך פֿײַנט. איך ווייס נישט, ווי אַזוי דאָס איז געשען. מיר האָבן אַמאָל געהאַט אַזוינע נאָענטע באַציִונגען; אָבער דאָס יאָר, האָט זי פֿײַנט אַלץ וואָס איך טו. איך בין נישט "אין דער מאָדע"; כּסדר פֿרעג איך זי די נישט־ריכטיקע פֿראַגעס; איך זאָג נאַרישע זאַכן צו אירע חבֿרטעס; איך טראָג קליידער פֿאַר אַלטע לײַט. זי עסט איצט בײַ זיך אין צימער און נישט מיט דער משפּחה. איך זע נישט, פֿאַר וואָס זי איז אַזוי אין כּעס. זי פֿאַרשטייט נישט וויפֿל זי טוט מיר וויי. ווי קען איך אָנגיין און באַהאַלטן מײַנע געפֿילן פֿון איר?

טרויעריקע מאַמע


טײַערע טרויעריקע מאַמע,

איר דאַרפֿט מער נישט באַהאַלטן אײַערע ווייטיקדיקע געפֿילן פֿון איר. איר זענט אַ מענטש מיט עמאָציעס און איך בין זיכער, אַז איר האָט נישט דערצויגן אײַער טאָכטער צו באַהאַנדלען אַנדערע אַזוי, טאָ פֿאַר וואָס זאָלט איר אָננעמען אַזאַ מיאוסע באַהאַנדלונג? באַשטימט אַ צײַט פֿון פֿריִער צו רעדן מיט אײַער טאָכטער פּנים־אל־פּנים. זאָגט איר וועגן אײַערע געפֿילן. זי דאַרף פֿאַרשטיין, אַז די זאַכן וואָס מענטשן טוען, זענען גורם אַנדערע זאַכן און ווירקן אויף מענטשן. זאָגט איר, אַז זי טאָר מער נישט נעמען דאָס עסן צו זיך אין צימער, און אַז זי וועט באַקומען וועטשערע נאָר, אויב זי עסט מיט דער משפּחה. דערציילט איר, אַז איר וואָלט געוואָלט האָבן גוטע באַציִונגען מיט איר, אַפֿילו ווען זי האַלט נישט פֿון געוויסע אַספּעקטן פֿון אײַך, און איר דאַרפֿט בײַ איר מאָנען, זי זאָל זיך לײַטיש אויפֿפֿירן. זאָגט איר, אַז איר האָט זי ליב און בענקט נאָך די אַמאָליקע צײַטן. און געדענקט, אַז אײַער טאָכטער האָט אײַך נישט פֿײַנט. זי איז אַצינד פֿרוסטרירט געוואָרן מיטן לעבן און זי לאָזט עס אויס צו אײַער קאָפּ.


טײַערע חזנטע,

איך טרעף זיך מיט אַ פֿײַנעם מאַן. נאָר איין פּראָבלעם — עדי האַלט כּשר. איך האָב ליב צו עסן קלאַמען, קראַבן, ראַקלעך און האָמאַרן. איך קען זיך נישט פֿאָרשטעלן דאָס לעבן אָן די מאכלים. אָבער ער בלײַבט בײַ זײַנס, אַז מיר קענען נאָר לעבן אין אַ כּשרער היים. איך גיי אין שיל און פּראַווע די יום־טובֿים, אָבער איך ווייס נישט, צי איך קען זיך באַגיין אָן די באַטעמטע טריפֿענע שפּײַזן. כּשרות איז נישט וויכטיק פֿאַר מיר. קען מען פֿאַרהאַנדלען אַ פּשרה וואָס שייך כּשרות?

טרייף


טײַערע טרייף,

אַ כּשרע היים איז טאַקע אַ התחײַבֿות. עדי דאַרף פֿאַרשטיין, אַז דאָס פֿירן אַ כּשרע היים פֿאַר אײַך, וואָלט געווען צוליב אים און נישט פּערזענלעכע געפֿילן. אויב איר פֿירט אײַן אַ כּשרע היים, וואָלט ער געדאַרפֿט זײַן צופֿרידן, און איר וואָלט געקענט עסן וואָס איר ווילט, און ווען איר ווילט, אָבער מחוץ דער היים. איך האָף, אַז מיט דער צײַט, וועט דאָס כּשרות האָבן אַ באַטײַט פֿאַר אײַך.

* * *
איר האָט שאלות אין "הלכות־ליבע?" שיקט אַ בריוו — אויף ייִדיש אָדער ענגליש — צו חזנטע סלעק:
HazzanAri@yahoo.com
אָדער
Cantors Office
10400 Wilshire Blvd
Los Angeles, CA 90024