|
שלום־עליכם און י. ד. בערקאָוויטש אין וויסבאַדען, זומער 1913 |
|
ווי אַזוי דער גרויסער ייִדישער שרײַבער שלום־עליכם האָט זיך אויפֿגעפֿירט אין זײַן היים. — געשילדערט פֿון זײַן איידעם, דעם באַוווּסטן שרײַבער י. ד. בערקאָוויטש.
"מײַן רעפּובליק" — אַזוי פֿלעגט שלום־עליכם רופֿן זײַן אייגענע היים. ער האָט דערמיט געוואָלט באַצייכענען אי דעם ליבעראַלן "רעפּובליקאַנישן" רעזשים, וואָס הערשט אין זײַן הויזגעזינד און גיט די מעגלעכקייט יעדן איינציקן מיטגליד צו באַוועגן זיך פֿרײַ, לויט זײַנע אײַנגעבוירענע אייגנשאַפֿטן און נייגונגען,
אי דעם נחת־רוח, וואָס ער אַליין, דער פֿרײַער "פּרעזידענט" פֿון דער פֿרײַער "רעפּובליק", געניסט אין דער דאָזיקער אייגענער אַטמאָספֿער.
געזאָגט פֿלעגט עס ווערן כאָטש אין הומאָריסטישן טאָן, נאָר אונטערן טאָן האָט זיך געלאָזט פֿילן אַ טיפֿער אויפֿריכטיקער שטאָלץ — ער איז מיט זײַן "רעפּובליק" געווען העכסט צופֿרידן.
וואָרעם אין דער דאָזיקער אייגענער רעפּובליק זײַנער האָט זיך שלום־עליכם אויסגעלעבט אַזוי ווויל, און אַזוי פֿול ווי אין ערגעץ נישט. להיפּוך צו דעם רובֿ קינסטלער־נאַטורן, וואָס דאָס טאָג־טעגלעכע לעבן פֿון היים און פֿאַמיליע דריקט זייער גײַסט און מאַכט שווער זייערע פֿליגלען — האָט שלום־עליכם דווקא אין דעם קרײַז פֿון זײַן פֿאַמיליע, נישט קוקנדיק אויף דעם אויסערלעכן לעבנס־יאָך, וואָס זי האָט אויף אים אַרויפֿגעלייגט, זיך געפֿילט אינערלעך פֿרײַער און באַפֿליגלטער ווי ערגעץ אַנדערשוווּ. כּדי אָפּצורוען זעליש און צו שטאַרקן זיך שעפֿעריש, פֿלעגט ער נישט אַנטלויפֿן, ווי אַנדערע, פֿון דער היים אין דרויסן, נאָר פֿאַרקערט, שטענדיק לויפֿן מיט שׂימחה פֿון דער דרויסנדיקער וועלט צו זײַן אייגענעם ווינקל. מיט שׂימחה — ווײַל ער איז קיינמאָל נישט געקומען אַהיים מיטן ליידיקן. ער האָט תּמיד עפּעס געבראַכט. די היים איז געווען זײַן באַקוועמע, וואַרעמע נעסט, וווּהין ער האָט זיך געצויגן אַן אָנגעלאָדענער, וווּהין ער האָט צונויפֿגעטראָגן פֿון דער גאָרער וועלט די קערנער פֿאַר זײַן שאַפֿונג — באַאָבאַכטונגען, טראַכטענישן און איבערלעבענישן. דאָ האָט ער זיי פֿאַרזייט אויפֿן היימישן באָדן. דאָ האָט ער זיי אויסגעוואַרעמט אין דער אייגענער אַטמאָספֿער, און דאָ האָבן זיי זיך צעוואָקסן — און אַרויסגעבראַכט גוטע, נאַטירלעכע, היימישע פּראָדוקטן. (און דעריבער פֿילט מען נישט אין שלום־עליכמס ווערק דעם נאָכגעשמאַק פֿון ראַפֿינירטער, אָבער אינערלעך צעפֿוילטער און הויכיקער, קאַפֿע־פֿילאָזאָפֿיע).
אין זײַן אויטאָביאָגראַפֿיע מאָלט שלום־עליכם פֿון זײַנע יונגע יאָרן אַ בילד, וועלכעס ער רופֿט אָן "אַן אידיליע". די אידיליע באַשטייט אין דעם, וואָס ער און דרײַ פֿון זײַנע עלטערע יוגנט־פֿרײַנד, צווישן וועלכע עס האָט זיך אויך גערעכנט זײַן פֿאָטער, פֿלעגן אַ גאַנצע וואָך אַרויסקוקן "מיט דער גרעסטער שפּאַנונג" אויף שבת, כּדי צו טיילן זיך איינער מיטן אַנדערן מיט אַל־דעם בעסטן, וואָס עס האָט זיך בײַ זיי אָנגעקליבן אויף דער נשמה פֿאַר די וואָכעדיקע טעג. "וואָס עמעצער פֿון די פֿיר האָט געהאַט עפּעס אַ גוטע זאַך צו זאָגן, צו באַווײַזן, צו דערציילן, האָט ער עס איבערגעלאָזט אויף שבת". ווען שלום־עליכם וואָלט אין זײַן אויטאָביאָגראַפֿיע דערגרייכט די קאַפּיטלען פֿון זײַן שפּעטערדיקן פֿאַמיליע־לעבן, וואָלט ער זיכער געהאַט צו מאָלן אַ צווייטע "אידיליע" פֿון אָט דעם מין — נאָר אויף אַ ברייטערן לײַוונט און מיט רײַכערע פֿאַרבן: ווי אַזוי ער שוועבט־אום גאַנצע טעג אין די גאַסן פֿון קיִעוו־יעהופּעץ, און שפּעטער, אין די פֿאַרשיידענע כּתרילעווקעס פֿון רוסלאַנד, גאַליציע, ענגלאַנד און אַמעריקע; און אַל־דאָס בעסטע, וואָס ער זעט און הערט און טראַכט אויף זײַן דרויסנדיקן וועג, היט ער און וואַרעמט בײַ זיך אין האַרצן, ווי אַ טײַערע מתּנה, "ביז שבת"; ביז ער וועט קומען אַהיים און וועט זיך אויסלאָדן פֿאַר זײַן ערשטער, כאָטש ענגער, נאָר נאָענטסטער און ליבסטער אוידיטאָריע — פֿאַר זײַן אייגענער רעפּובליק. אַלע, פֿון גרויס ביז קליין, וועלן אים אַרומרינגלען מיט שײַנענדיקע, וואַרעמע און דאָרשטיק־וואַרטנדיקע פּנימער, אָנשטעלן מויל און אויערן צו "האָרכן", פֿרייען זיך און עגמת־נפֿש האָבן צוזאַמען מיט אים. נאָר מער פֿון אַלץ און אָפֿטער פֿון אַלץ — צוזאַמען מיט אים לאַכן. "זיך קאָטשען פֿאַר געלעכטער". און שפּעטער מיט אַ טאָג, אָדער מיט אַ וואָך, אָדער מיט אַ חודש וועט דאָס אַלץ ווערן פֿילטרירט און איבערגעקאָכט און קינסטלעריש פֿאַרוואַנדלט אין העלע ברייטע שאַפֿונגס־בילדער פֿאַר דער ברייטער דרויסנדיקער אוידיטאָריע — פֿאַרן לעזער.
די היים איז געווען פֿאַר שלום־עליכמען נישט קיין אויסערלעכער אָביעקט פֿון באַקוועמלעכקייט אָדער אומבאַקוועמלעכקייט, נאָר אַ טייל — און דער וויכטיקסטער טייל — פֿון זײַן גאַנצן וועזן. נישט קיין מיטל אַליין, נאָר אַ מיטל און אַ ציל צוזאַמען, די אורזאַך און דער רעזולטאַט פֿון זײַן הרחבֿת־הנפֿש, דער סוד און די אַנטפּלעקונג פֿון זײַן לעבן און שאַפֿן. און דעריבער וואָלט מען דעם באַקאַנטן סטערעאָטיפּישן ווערטל: "ווילסטו דעם דיכטער דערקענען, גיי צום דיכטער אין זײַן לאַנד" — דאָ באַדאַרפֿט געבן אַ ביסל אַן אַנדער נוסח: ווילסטו שלום־עליכמען דערקענען, גיי צו שלום־עליכמען אין זײַן היים. וואָרעם שלום־עליכמס היים איז געווען דער קלאָרסטער שפּיגל, אין וועלכן ער האָט זיך באַוויזן אינגאַנצן, אָן אַ שום פּגימה. דער שטאַרקער העלער פּראָדזשעקטאָר, וואָס האָט אים באַשײַנט און באַלויכטן פֿון אַלע זײַטן, מיט אַלע אָפֿנקייטן און פֿאַרבאָרגנקייטן פֿון זײַן מענטשלעך־קינסטלערישער נשמה. ער האָט זיך אין דער היים נישט באַוויזן אַנדערש, ווי מען האָט אים געזען דורך זײַן שאַפֿן; ער האָט זיך אָבער דאָ באַוויזן מער, פֿולער, פֿרײַער — אינטים. און ווײַל לעבן און שאַפֿן האָבן זיך בײַ אים צוזאַמענגעגאָסן אין אַ זעלטענער האַרמאָניע, דעריבער איז דער היימישער שלום־עליכם געווען אַזוי אינטערעסאַנט, ווי דער ליטעראַרישער — אויב נישט נאָך אינטערעסאַנטער!
|
שלום־עליכם און זײַן פֿאַמיליע אין באַדענווײַלער, זומער 1910. זיצנדיק פֿון רעכטס: מאַרוסי, מישאַ, שלום־עליכם און טאַמאַראַ, עמאַ;
שטייענדיק פֿון רעכטס: מיכאל קויפֿמאַן, ליאַלי, פֿרוי שלום־עליכם, ערנעסטינע, י. ד. בערקאָוויטש, נומאַ |
|
ער איז נישט געווען שלום־עליכם אין דער ליטעראַטור און ראַבינאָוויטש אין דער היים. ער האָט בכלל דעם ראַבינאָוויטש אינגאַנצן אָפּגעטשעפּעט פֿון זיך, באַלד ווי ער האָט דערפֿילט אויף אַן אמת זײַן קינסטלערישע מיסיע. ער איז געווען אומעטום כּולו שלום־עליכם. אין דער היים אָבער איז ער געווען, אויב מען קאָן אַזוי זאָגן, נאָך מער שלום־עליכמדיק, ווי ער האָט אויסגעזען פֿאַר דער דרויסנדיקער וועלט. שלום־עליכם, דער צאַרטער ראָמאַנטיקער, דער סענטימענטאַל־לירישער באַזינגער פֿון ייִדישער ראָמאַנטישקייט ("ייִדיש" — אונטערגעשטראָכן פֿון אים) אין "סטעמפּעניו", "יאָסעלע סאָלאָוויי", "בלאָנדזשענדע שטערן", "שיר השירים" און אַנדערע ווערק, איז בײַ זיך אין דער היים געווען דער צערטלעכסטער מאַן צו זײַן פֿרוי. דער איידעלער און אייביק־טרײַער ריטער, וואָס זײַן פֿײַנע ליבע און געהויבענע טרײַשאַפֿט צו זײַן האַרצן־אויסדערוויילטער האָבן שטענדיק געבליט פֿריש און יונג, נישט געוועלקט מיט די יאָרן. און אַן עכאָ דערפֿון, פֿול מיט זעלישער איבערגעגעבנקייט, פֿול מיט אָפּשײַדס־טרויער, קלינגט נאָך עד־היום פֿון זײַן צוואה אַרויס, ווי דער לעצטער אַקאָרד פֿון אַ וווּנדערבאַרער ראָמאַנטישער לעבנס־סימפֿאָניע. שלום־עליכם, דער איינציקער דיכטער אונדזערער פֿאַר ייִדישע קינדער, דער טרויעריק־פֿריילעכער באַזינגער פֿון אונדזערע אָרעמע און באַגאַבטע, נאַיִוו־קלוגע, קאָמיש־רירנדיקע "טאָפּעלעך און מאָטעלעך", איז בײַ זיך אין דער היים געווען דער האַרציקסטער פֿאָטער צו זײַנע קינדער, דער פֿריילעך־שפּילעוודיקער חבֿר פֿון זײַן קינדהייט, דער צערטלעך־אויפֿמערקזאַמער פֿרײַנד פֿון זייער יוגנט, דער וואָכנדיקער באַגלייטער אויפֿן ווײַטן וועג אין זייערע דערוואַקסענע יאָרן. און שלום־עליכם, דער הומאָריסט — וואָס פֿאַר אַ רײַכקייט פֿון הומאַניסטישע אײַנפֿאַלן, וואָס פֿאַר אַ אוצרות פֿון שפּיל און געלעכטער ער האָט אַרויסבאַוויזן טאָג־טעגלעך אין זײַן אייגענער רעפּובליק! ער איז געווען אַ קוואַל פֿון נחת־רוח פֿאַר זײַן פֿאָלק — און די וואָס זײַנען געשטאַנען גאָר נאָענט צו אים, זײַנען געווען די ערשטע צו שעפּן פֿון דעם דאָזיקן געבענטשטן קוואַל. ער האָט אינסטינקטיוו געפֿילט, און שפּעטער אויך באַוווּסטזיניק באַגריפֿן, אַז אים איז געגעבן געוואָרן דער באַרוף צו פֿאַרשאַפֿן פֿרייד צו אַלעמען — און ווער איז נאָך געווען דערצו אַזוי באַרעכטיקט ווי די סאַמע נאָענטע זײַנע?
דער וואָס וועט אַמאָל דורכלייענען די טויזנטער און טויזנטער בריוו, וואָס שלום־עליכם האָט געשריבן צו זײַן פֿאַמיליע אין די פֿאַרשיידענע פּעריאָדן פֿון זײַנע וואַנדערונגען אויסער דער היים, וועט גאַפֿן און שטוינען פֿון וואַנען האָט זיך עס גענומען בײַ איין מענטש, ווי לײַכט ער זאָל נישט באַהערשן די פּען, אַזאַ איבערפֿלוס פֿון עכטער, נישט־געצוווּנגענער שעפֿערישקייט, נאָך אַזאַ אויסערגעוויינלעכער ליטעראַרישער פֿרוכטבאַרקייט, וואָס האָט בײַ אים נישט אויפֿגעהערט אַפֿילו אויף איין טאָג? און פֿון וואַנען האָט זיך גענומען אין האַרצן בײַ אַזאַ אינטענסיוון שאַפֿער, וואָס האָט זיך אַוועקגעגעבן אינגאַנצן צו די געשאַפֿענע וועלטן זײַנע, אַזוי פֿיל פּלאַץ און אַזוי פֿיל פֿרישע ענערגיע, און אַזוי פֿיל לעבעדיקע אויפֿמערקזאַמקייט צו די טאָג־טעגלעכע אינטערעסן פֿון זײַנע פֿאַמיליע־מיטגלידער, פֿון אַלעמען צוזאַמען און פֿון יעדן איינציקן באַזונדער? צי שטעקט נישט ווידער אַ מאָל דער סוד אין דעם, וואָס בײַ שלום־עליכמען האָט זיך זײַן פּריוואַט לעבן מיט זײַן שאַפֿן צוזאַמענגעגאָסן אין איין איינהייט? שרײַבן אַ בריוו צו זײַנע אייגענע קינדער איז פֿאַר אים געווען ווי אַ מין פֿאָרזעצונג פֿון זײַן ליטעראַרישער אַרבעט און האָט אים פֿאַרשאַפֿט די זעלבע קינסטלערישע באַפֿרידיקונג, ווי שרײַבן זײַנע ווערק פֿאַרן ווײַטן פּובליקום. און אַז מען וויל — איז פֿאַר אים גאָרנישט געווען קיין נאָענטע און קיין ווײַטע. ער האָט געזען פֿאַר זיך נאָר איינעם — דעם לעזער, דעם געניסער, דעם מקבל, וועמען ער האָט שטענדיק געגאַרט צו געבן, צו פֿאַרשאַפֿן פֿרייד, ווײַל דאָס גאַנצע וועזן זײַנס איז באַשטאַנען פֿון פֿאָטערלעכקייט, פֿון פֿאָטערלעכער ברייטהאַרציקייט, וואָס טיילט מתּנות אויף רעכטס און אויף לינקס, צו יעדן איינעם, וואָס וויל נאָר נעמען. און אין זײַן אייגענער היים, וווּ ער איז געווען זיכער, אַז אַלץ וואָס קומט פֿון אים ווערט אויפֿגענומען מיט האַרציקער ליבשאַפֿט, האָט זײַן פֿאָטערלעכקייט דערגרייכט דעם העכסטן און שענסטן קינסטלערישן אויסדרוק.
ער איז געווען אַ פֿאָטער אַ קינסטלער בײַ זיך אין דער היים. ער האָט דערפֿירט בײַ זיך אין דער היים די פֿאָטערשאַפֿט ביז צו אַ קולט. ער האָט אויפֿמערקזאַם געוואַכט איבער יעדן איינציקן פֿון זײַנע קינדער. ווי אַ גוטער פּסיכאָלאָג שטודירט איין, געוווּסט זייערע אייגנשאַפֿטן, זייערע נייגונגען און פֿאַרלאַנגען — און שטענדיק איבערראַשט זיי מיט זײַן עלעגאַנטער און ציל־טרעפֿנדיקער גוטסקייט. ער איז געווען רײַך־דערפֿינדעריש אין זײַנע היימישע אײַנפֿאַלן און אויפטועכצן, וועלכע ער האָט יעדעס מאָל צוגעטראָגן צו גרויס און צו קליין אין פֿלינק־צוגעטראַכטע הומאָריסטיש־קינסטלערישע פּרעפּאַראַטן. אין די שווערסטע צײַטן פֿון מאַטעריעלער נויט, פֿון פֿיזישער קראַנקייט, און אין רעכטן ברען פֿון שאַפֿנדיקער אַרבעט, האָט ער געהאַט דעם זכּרון, דעם גרויסן געדולד און גוטן ווילן צו דערפֿרייען אַ קינד ערגעץ אין אַ צווייטער שטאָט, אין אַ ווײַטן לאַנד מיט וואָס עס איז — זאָל זײַן מיט אַ פֿאַנטאַזיע, מיט אַ כימערע, מיט אַן אויפֿגעבליצטער האָפֿענונג. און אין גוטע צײַטן איז צו זײַן גוטסקייט קיין ברעג נישט געווען. אַ צוגאָב צו זײַן פֿאָטערלעכער ברייטהאַרציקייט און שוצפֿאַרטיקייט האָט ער נאָך פֿאַרמאָגט די צערטלעכקייט פֿון אַ מוטער, די וואַרעמקייט פֿון אַ חבֿר, די לירישקייט פֿון אַ פֿאַרליבטן; און ווײַל אין נאָענטן באַריר האָט ער דאָס אַלץ נישט געקאָנט אַרויסבאַווײַזן, צוליב אײַנגעבוירענעם טאַקט — פֿלעגט ער דאָס געבן אַ פֿרײַען אויסגוס אין זײַנע בריוו.
ער איז נישט געווען קיין בלינדער פֿאָטער. ער האָט מיט פֿאָטערלעכן שטאָלץ אויפֿגעכאַפּט און אויפֿגעמונטערט — דורך "היימישער רעקלאַמע" — די מעלות פֿון זײַנע קינדער. ער האָט אָבער אויך נישט פֿאַרמאַכט קיין אויג פֿאַר זייערע חסרונות. צו אַ חסרון פֿון אַ קינד, אָדער צו אַ באַגאַנגענער נאַרישקייט, האָט ער אָנגעווענדט דאָס זעלבע געווער, וואָס ער האָט גענוצט צו די כּתרילעווקער חסרונות — דאָס געווער פֿון הומאָר. דאָס פֿלעגט אָבער געטאָן ווערן אַזוי פֿאָטערלעך־קלוג, אַזוי קינסטלעריש־פֿײַן, אַז קיין באַליידיקונג האָט נישט געקאָנט זײַן. אַלצדינג פֿלעגט פּלאַצן און אויפֿגעלייזט ווערן אין אַ הילכיקן ריינוואַשענדיקן געלעכטער.
|
שלום־עליכם און זײַן פֿרוי, אָלגאַ, מיט זייערע טעכטער: טימי און ליאַלי, קיִעוו, 1888 |
|
און מיט וואָס פֿאַר אַ ליבע די קינדער האָבן אים געענטפֿערט! עס איז זעלטן צו טרעפֿן אַזאַ פֿאַמיליע־לעבן, וווּ קינדער זאָלן קוקן צום פֿאָטער אַזוי אַנטציקט, אַזוי באַגײַסטערט, אַזוי פֿאַרליבט, ווי עס איז געווען צו זען אין דער פֿאַמיליע פֿון שלום־עליכם. ער איז געווען פֿאַר די קינדער זייער ליכטיקער מלאך, זייער קינדער־גליק, זייער יום־טובֿ. און נישט דערפֿאַר, ווײַל זיי האָבן זיך געוואַרעמט אין די דרויסנדיקע שטראַלן פֿון זײַן ליטעראַרישער באַרימטקייט. דאָס איז אפֿשר געקומען שפּעטער, בעת די קינדער זײַנען אויסגעוואַקסן, זיך געלאָזט אין דער פֿרעמד און דאָרטן דערגאַנגען, וואָס פֿאַר אַ נאָמען זייער פֿאָטער האָט אין דער וועלט. אין זייער פֿריִער יוגנט, דערצויגענע אין קיִעוו, אין אַ קרײַז פֿון רוסיפֿיצירטע ייִדישע פּלוטאָקראַטן און פּראָפֿעסיאָנעלע אינטעליגענטן, האָט זיך פֿאַר זיי דעם פֿאָטערס באַרימטקייט ווי אַ ייִדישער שריפֿטשטעלער קוים אַרויסבאַוויזן. ער איז אָבער פֿון אינעווייניק, פֿאַר זײַן פֿאַמיליע אַליין, געווען דער גרויסער צויבער־קינסטלער, דער פֿרייד־געבער, דער פֿאַמיליע־געניוס.
ער איז געווען דער קאָפּ פֿון זײַן פֿאַמיליע, איר קרוין און איר שטאָלץ. ער איז אָבער קיינמאָל נישט געווען איר דעספּאָט, נאָר איר פּאַטריאַרך — אין דעם איידעלן גײַסטיקן זינען. ער האָט קיינמאָל נישט אַרויפֿגעצוווּנגען אויף די קינדער זײַנע מיינונגען און געשמאַקן — ער האָט עס זיי אײַנגעגעבן, אומבאַמערקט, אין אַ פֿײַנער, אַנגענעמער פּרעפּאַרירטער פֿאָרעם. ער האָט געהאַט די גרעסטע ליבע פֿאַר ירושת־אָבֿות, פֿאַר דער ייִדישער גײַסטיקער ערבֿשאַפֿט, וואָס קומט פֿון דורות און גייט צו דורות, — און דער דאָזיקער גײַסט איז ווי פֿון זיך אַליין אײַנגעפֿלאַנצט געוואָרן אין זײַן פֿאַמיליע־לעבן. ער האָט מיטגעבראַכט פֿון זײַן אייגענער קינדהייט פֿײַנע נאָכקלאַנגען פֿון ייִדישער פֿאָלקסטימלעכקייט און די דאָזיקע מאָטיוון האָבן זיך שטאַרק געלאָזט פֿילן אין זײַן היימישער סבֿיבֿה. ער איז געווען פֿרײַ פֿון רעליגיעזע דאָגמעס. ער איז אָבער מיטן גאַנצן האַרצן געווען צוגעבונדן צו דער פּיעטעט פֿון ייִדיש־רעליגיעזע טראַדיציעס. ער האָט נישט נאָר באַזונגען אין זײַנע ווערק די הערלעכקייט פֿון ייִדישע ימים־טובֿים — ער האָט זיי אַליין דורכגעפֿירט בײַ זיך אין דער היים, אין דעם קרײַז פֿון זײַן פֿאַמיליע, מיט זייער גאַנצער אַלט־פֿעטערישער פּראַכט. ערבֿ פּסח האָט זיך בײַ שלום־עליכמען אין הויז גערודערט נישט ווייניקער ווי ער האָט עס באַשריבן אין זײַנע פּסחדיקע מעשׂיות פֿאַר ייִדישע קינדער. און די פּסחדיקע סדרים, וואָס ער האָט אָפּגעריכט, זײַנען געווען אַ מוסטער פֿון געהויבענער אויפֿריכטיקער יום־טובֿדיקייט. און געטאָן פֿלעגט עס ווערן נישט צוליב קינסטלעכע "נאַציאָנאַליסטישע" אָדער "דערציִערישע" מאָטיוון, נאָר נאַטירלעך און איינפֿאַך, מיט דער אמתער יום־טובֿדיקער פֿרייד פֿון אַ פֿאָלקס־קינד — און דעריבער האָט עס געווירקט אַזוי נאַטירלעך־פֿריידיק אויף די קינדערשע נשמות.
דאָס לעבן אין דער פֿאַרגוייִשטער שטאָט קיִעוו און די רוסיפֿיצירנדיקע טענדענץ פֿון דער אַרומיקער סבֿיבֿה האָבן נישט דערלאָזט צו געבן די קינדער אַן אמתע ייִדישע דערציִונג. די זאַך פֿון דערציִונג האָבן שוין געטאָן פֿון זיך אַליין די רוסישע גימנאַזיעס און אוניווערסיטעטן. אין ענלעכע הײַזער אַזעלכע פֿון ייִדישע שריפֿטשטעלער פֿלעגן די קינדער שטיין אינגאַנצן פֿרעמד פֿון דער אַרבעט פֿון זייערע פֿאָטערס, וואָס ווערט געוועבט ערגעץ אין דער שטיל, הינטער פֿאַרמאַכטע טירן פֿאַר אומבאַקאַנטע ווײַטע צוועקן. אַזאַ באַציִונג פֿון שלום־עליכמס קינדער צו דער לעבנס־אַרבעט פֿון זייער פֿאָטער האָט נישט געקאָנט געמאָלט זײַן. עס וואָלט פֿאַר שלום־עליכמען געווען אַ ווילדער אַבסורד, אַז זײַנע קינדער זאָלן זײַן פֿון די, וואָס זײַן קוואַל איז פֿאַר זיי פֿאַרמאַכט. ער פֿלעגט דעריבער די קינדער, דערהויפּט די דערוואַקסענע, האַלטן אין שטענדיקן קאָנטאַקט מיט זײַנע שאַפֿונגען און ליטעראַרישע אינטערעסן. און אַזוי ווי ער האָט פֿאַר זײַן אַרבעט קיינמאָל נישט געזוכט קיין התבודדות און קיין פֿאַרשלאָסענע קאַבינעטן, נאָר ער האָט זי שטענדיק געטאָן בײַ אָפֿענע טירן, אָפֿטמאָל אין רעכטן מיטן פֿון קינדערישן געטומל (וועלכן ער האָט שרײַבנדיק אַפֿילו נישט באַמערקט) — האָבן די קינדער געפֿילט ווי זעליש־פֿאַרוואַנדטע צו דעם פֿאָטערס ליטעראַרישער טעטיקייט און זײַנע געשאַפֿענע פּאַרשוינען זײַנען פֿון זיך אַליין אַרײַנגעטראָטן אין דער משפּחה: "טבֿיה דער מילכיקער" איז געווען פֿאַררעכנט ווי עפּעס אַ ליבער נאָענטער קרובֿ, אַ קליין־שטעטלדיקער פֿעטער; "מנחם מענדל" איז געווען אַ גוט־באַקאַנטער שכן און אָפֿטער אַרײַנגייער, און "מאָטל פּייסי דעם חזנס" — אַ ליב, טײַער, מחיהדיק געשוועסטער־קינדל... און אַז שלום־עליכם האָט פֿאַרענדיקט אַן אַרבעט, מיט וועלכער ער איז געווען צופֿרידן, פֿלעגט ער זי פֿריילעך פֿאָרלייענען פֿאַר זײַן גאַנצן הויזגעזינד. דערבײַ פֿלעגן געמאַכט ווערן צו דעם באַזונדערע הכנות, ווי צו אַ פֿאַמיליע יום־טובֿ.
גאַנץ פֿרי האָבן שוין די קינדער געוווּסט, אַז אין אָוונט וועט דער פֿאָטער פֿאָרלייענען זײַן נײַע זאַך, און שלום־עליכם אַליין האָט זיך פֿיבעריש גענומען גרייטן צו דער פֿאָרלעזונג, ווי צו אַן עפֿנטלעכער "פּרעמיערע": זיך אַרומגערינגלט מיט זײַן גאַנצן שרײַב־געצײַג. געלייענט און געמעקט און אַרײַנגעשריבן אין דעם פֿרישן מאַנוסקריפּט, פֿלינק געקלעפּט נײַע בלעטלעך, געטראַכט, געביסן די נעגל, ווידער געמעקט און ווידער געשריבן. און אָט איז שוין אָוונט. די פֿאַמיליע איז שוין אַרום טיש אין גרויסער דערוואַרטונג. די נײַגעריקע קוקן אַרײַן דורך דער אָפֿענער טיר צום פֿאָטערס שרײַבטיש. און שלום־עליכם איז נאָך אַלץ פֿאַרטיפֿט אין דער אַרבעט. ער "מײַסטרעוועט" עפּעס אין זײַן ווינקל מיט טינט און פֿעדער, מיט שער און קלעפּ־פּאַפּיר, מיט פֿלעשלעך גומי־אַראַביק, און דאָס פּנים איז בײַ אים אַזוי סודותדיק־קאָנצענטרירט ווי בײַ אַן אינזשיניער און דערפֿינדער, וואָס טאַפּט אויס און פֿאַרשרויפֿט צום לעצטן מאָל די שרײַפֿלעך פֿון זײַן דערפֿינדונג, איידער ער גייט זי דעמאָנסטרירן פֿאַרן וואַרטנדיקן געקליבענעם פּובליקום. "פּאַפּאַ, פֿאַרטיק?" — פֿרעגט אַן אומגעדולדיק קינד פֿונעם טיש, צו אויפֿמונטערן דעם פֿאָטער און באַווײַזן אים, אַז די נײַגעריקייט איז געוואַלדיק גרויס. "פֿאַרטיק!" — לאָזט זיך הערן פֿון צווייטן צימער שלום־עליכמס יונג און מונטער קול. און באַלד באַווײַזט ער זיך פֿאַר זײַן אייגענער אוידיטאָריע מיט פֿלינקע באַוועגונגען, מיט בליצנדיק־שמייכלענדיקע ברילן און מיט אַ פֿריש־געקלעפּטן "אָנגעשוואָלענעם" מאַנוסקריפּט אין האַנט...
אויב די זאַך איז געווען איינס פֿון זײַנע באַליבטע ווערק, אַ שטייגער, טבֿיה דעם מילכיקנס אַ מעשׂה — פֿלעגט שלום־עליכם צו דער ערשטער פֿאָרלעזונג זיך אָנטאָן יום־טובֿדיק.
מער ווי מיט אַלעמען האָט ער זיך אָפּגעגעבן מיט די קלענערע קינדער — מיט די, בײַ וועמען די העלפֿאַרביקע פֿאַנטאַזיע איז נאָך נישט באַרירט פֿון דער גרויער ווירקלעכקייט. פֿאַר זיי האָט ער פֿאַרמאָגט עפּעס, וואָס איז העכער פֿון קונסט און טאַלאַנט — אַן אייביק יונגע קינדערשע נשמה. ער האָט זיי אָפּגעגעבן דעם ברייטסטן פּלאַץ אין זײַן האַרצן, געהאַלטן זייערע קינדער־אינטערעסן פֿאַר וויכטיק, אָפּגעהיט זייערע קינדער־געפֿילן פֿון דרויסנדיקער ברוטאַלער באַרירונג. ער פֿלעגט זיך שפּילן מיט זיי ווי אַ גלײַכער, צוטראַכטן פֿאַר זיי העכסט־אַמוזירנדיקע פֿאַרווײַלונגען, געבן זיי צערטלעך־קאָמישע נעמען. דאָס איז געווען בײַ אים דער בעסטער אָפּרו נאָך זײַן אַרבעט. ער איז געווען צו זיי אָן אַ שיעור אויפֿמערקזאַם, האַרציק, נאָכגיביק, פֿול מיט רחמנותדיקער גוטסקייט צו זייער אומבאַהאָלפֿנקייט. ער האָט געוווּסט צו רעדן מיט זיי אויף זייער שפּראַך, צו באַשעפֿטיקן זייער פֿאַנטאַזיע, צו פֿאַראינטערעסירן זיי מיט אַלערליי קינדערשע אויפֿטווּנגען, צו דערפֿרייען זיי מיט אויסטערלישע מתּנות, מיט אומדערוואַרטע הומאָריסטישע אָפּשניצלעך, צו אָנשטעקן זיי מיט זײַן פֿריילעכקייט און מיט זײַן הילכיקן געלעכטער. און דאָס אַלץ פֿלעגט געטאָן ווערן מיטן גרעסטן ערנסט, אָן געמאַכטקייט, נאָר מיט אַ סך טאַקט און מיט אַ טיפֿן פּסיכאָלאָגישן פֿאַרשטאַנד פֿאַר דער קינדערשער נשמה. אַזוי איז ער געווען נאָך אין די ערשטע יאָרן, ווי אַ יונגער פֿאָטער, און אַזוי איז ער פֿאַרבליבן ביז די לעצטע יאָרן, בעת ער איז שוין געוואָרן אַ זיידע צו אייניקלעך — און האָט זיך אָבער געהאַלטן מיט זיי נישט ווי אַ זיידע, נאָר ווי אַ פֿאָטער. צווישן זײַנע אומצאָליקע פֿאַמיליע־בריוו געפֿינט זיך אַ בינטל קליינע בריוועלעך, געשריבן פֿון קאַרלסבאַד צו זײַן ערשטן קינד מיט אַ פֿײַן־געטאָקטן כּתבֿ אויף אילוסטרירטע בייגעלעך פּאַפּיר. פּונקט אַזעלכע בריוועלעך האָט ער געשריבן פֿון ניו־יאָרק קיין אָדעס צו זײַן אייניקל בעלאַ שוין גאָר אין די לעצטע חדשים פֿאַר זײַן טויט.
|
שלום־עליכם און זײַן פֿאָטער נחום ראַבינאָוויטש, קיִעוו, 1885 |
|
ער איז געווען אַזוי צוזאַמענגעוואָרבן מיט זײַן פֿאַמיליע, אַז אויסער איר האָט דאָס לעבן פֿאַר אים כּמעט קיין זין נישט געהאַט און זײַן אינערלעכע רו איז געווען געשטערט. ער האָט ליב געהאַט אַרומצופֿאָרן, זען נײַע שטעט, נײַע לענדער, זיך צוקוקן נײַגעריק צו נײַע מענטשן און חידושן זיך אויף נײַע אויסטערלישע לעבן־שטייגערס. אַלץ וואָס איז געווען נײַ און פֿריש פֿאַר זײַן אויג האָט אים פֿאַרשאַפֿט פֿרייד און אַנטציקונג. אָבער דאָס אַלץ האָט געהאַט אַ טעם, ווען אַרום אים האָט זיך געפֿונען זײַן פֿאַמיליע, זײַן אייגענע רעפּובליק, מיט וועלכער ער האָט אָט די אַלע חידושים געקאָנט זיך טיילן, רעכט צעקײַען און איבערקאָכן אויף זײַן באַזונדערן הומאָריסטישן שטייגער. און דעריבער איז פֿאַר אים געווען אַזוי לײַכט אויפֿצוהויבן פּלוצעם די גאַנצע פֿאַמיליע און זיך לאָזן מיט איר פֿון לאַנד צו לאַנד, און אַזוי שווער אָפּצורײַסן זיך פֿון איר אַפֿילו אויף אַ קורצער צײַט צו פֿאָרן ערגעץ אין דער וועלט איינער אַליין. אַז ער האָט געמוזט אַמאָל זיך צעשיידן מיט דער פֿאַמיליע, אָדער אַז אַ קינד האָט געדאַרפט ערגעץ ווײַט אַוועקפאָרן, האָט ער זיך געפילט ווי צעטרייסלט: דער לעבנס-מעכאַניזם ווערט צעשרויפֿט און אָפּגעשוואַכט. ער האָט יעדן טאָג געשריבן בריוו, געהאַט אין זינען יעדן איינציקן, געהאַט פֿאַר יעדן איינעם צו זאָגן עפּעס אַזעלכעס, וואָס זאָל אים זײַן אָנגענעם. זײַנע בריוו אַהיים — דאָס איז אַ באַזונדער קאַפּיטל, וואָס באַלײַכט העל דעם האַרמאָנישן צוזאַמענגוס פֿון מענטש און קינסטלער אין זײַן פּערזאָן. ער האָט געשריבן זײַנע היימישע בריוו אינטים, אויפֿריכטיק, אַלץ־אַנטפּלעקנדיק — און דערבײַ אַזוי מײַסטעריש, מיט הומאָריסטישן סטיל און פֿאָרעם, ווי זײַנס אַ ווערק, ווי זײַן לעבנס־ווערק, וואָס דאַרף געלייענט ווערן פֿון זײַנע אייגענע אינטימסטע לעזער. ער האָט זיך מיט זיי געטיילט מיט אַלץ: מיט זײַן בענקשאַפֿט, מיט זײַנע טרערן, מיט זײַן פֿרייד — אַלצדינג האָט געמוזט פֿאַרצייכנט ווערן אין פֿײַנעם אויסדרוק, מיט פֿײַנעם כּתבֿ, אין פֿײַנעם לשון. און טאָמער איז אַמאָל נישט געווען וואָס צו שרײַבן — האָט ער שוין צוגעטראַכט עפּעס אַן אָפּשניצל, אַ שיינעם אײַנפֿאַל, מיט וואָס צו דערפֿרייען זײַן פֿאַרלאָזטע רעפּובליק. ער האָט געשריבן בריוו פֿון אַמעריקע — און ער האָט זיך צוגעהערט פֿונדערווײַטנס מיטן פֿאָטערלעכן אויער, ווי אַזוי דאָס "קליינוואַרג" לאַכט צוזאַמען, לייענענדיק זיי ערגעץ אין דער שווייץ. ער האָט געהאַט זײַן אייגענעם דראָטלאָזן אַפּאַראַט, וואָס פֿאַרבינדט זעל מיט זעל. און דאָס זעלבע האָט ער פֿאַרלאַנגט פֿון יעדן איינציקן מיטגליד פֿון זײַן פֿאַמיליע, וואָס איז געווען ווײַט פֿון דער היים: זײַן אויפֿמערקזאַם צו אים, שרײַבן אָפֿט און וועגן אַלץ, האַלטן זיך אין נאָענטן פֿאַמיליע־בונד.
ווען עס זאָל זײַן אין אים געווענדט, וואָלט ער די קינדער פֿון זיך קיינמאָל נישט אָפּגעלאָזט. און אין שפּעטערדיקע יאָרן, אַז ער האָט געוווינט באַשטענדיק אין אויסלאַנד און די דערוואַקסענע קינדער האָבן זיך געמוזט צעפֿאָרן יעדער אויף זײַן פּלאַץ, איז געווען אײַנגעפֿירט, אַז איין מאָל אין יאָר, אין די זומערדיקע חדשים, דאַרפֿן זיך אַלע צוזאַמענפֿאָרן אַהיים און פֿאַרברענגען אין איינעם מיט קינדער און מיט אייניקלעך. די דאָזיקע טעג פֿון באַגעגעניש מיט קינדער נאָך לאַנגע חדשים פֿון צעשיידונג זײַנען פֿאַר שלום־עליכמען געווען די ליכטיקסטע אין זײַן איינזאַמען לעבן אין דער פֿרעמד. און ער פֿלעגט פֿאַר די אָנגעקומענע מאַכן אַ פֿריילעך־פֿײַערלעכן קבלת־פּנים אויפֿן וואָקזאַל. אָנקומען סתּם אַזוי, אומגעריכט, אָן אַ טעלעגראַמע, אַרײַנפֿאַלן פּלוצעם אין שטוב אַרײַן מיט די פּעקלעך — איז בײַ אים געווען פֿאַררעכנט ווי אַ פּערזענלעכע באַליידיקונג. דעם מענטשנס לעבן איז אַ וויכטיקער ענין, און אויסערגעוויינלעכע פּאַסירונגען אין לעבן טאָר מען נישט וואָכעדיק מאַכן. דאָס לעבן איז פֿאַר אים געווען נישט אַ "פּרוזדור", וואָס מען דאַרף דורכלויפֿן. אָפּלעבן אַלצדינג אין לעבן איז וויכטיק, ובפֿרט די זעלטענע מאָמענטן זײַנע — מוזן באַזונדער באַטאָנט ווערן, יום־טובֿדיק באַצירט און באַשײַנט ווערן, מיט געשמאַק, מיט סטיל, מיט הרחבֿת־הנפֿש...
דער שווערסטער נסיון אין זײַן פֿאַמיליע־לעבן האָט ער דורכגעמאַכט גאָר אין די לעצטע טעג. דאָס איז געווען דער פּלוצעמדיקער טויט פֿון זײַן עלטערן זון מישאַ. און דעם נסיון האָט ער נישט געקאָנט בײַשטיין. דאָס האָט זײַן לעבן אינגאַנצן צעבראָכן. ער האָט זיך געפֿלײַסט צו שטאַרקן זיך. ער האָט געפּרוּווט דעם אומגליק אַראָפּשרײַבן פֿון האַרצן (ווי ער פלעגט שטענדיק טאָן אין שווערע מינוטן). ער האָט דעם זעלבן אָוונט, נאָכדעם ווי ס‘איז אים אָנגעקומען די שווערע בשׂורה, זיך פֿאַרשלאָסן אויף עטלעכע שעה אין זײַן אַרבעטס־צימער, אַוועקגעשטעלט זיך צו זײַן שרײַבשטענדער, ווי אַן אָבֿל צום עמוד, געשטאַנען אײַנגעבויגן און געשריבן, פּרעפּאַרירט דעם טיפֿסטן פּײַן פֿון דער נשמה אין געפּערלטע אותיות, אין עלעגיש־געשליפֿענע ווערטער — און די ברילן האָבן זיך געטונקלט, דאָס געקנייטשטע געזיכט איז געווען פֿאַרגאָסן מיט טרערן, און די געבויגענע פֿאָטערלעכע פּלייצעס, וואָס זײַנען געוווינט געוואָרן צו די שווערסטע לאַסטן, האָבן קוים־קוים אויסגעהאַלטן...
|
שלום־עליכם און זײַן פֿרוי, אָלגאַ, אין סאַנאַטאָריע סט. בלאַזיעז, שוואַרצוואַלד, 1909 |
|
ער האָט דעמאָלט אָנגעשריבן איינס פֿון זײַנע קרישטאָל־ריינסטע ווערק: זײַן צוואה. נאָר דעם אומגליק פֿון האַרצן האָט ער דערמיט נישט אַראָפּגעשריבן. זײַן פֿאָטערלעך געמיט איז אײַנגעהילט געוואָרן אין טויטלעכער פֿאַרצווייפֿלונג. ער האָט זיך געצוווּנגען צו מונטערן, אַז ער דאַרף נאָך לעבן, אַז ער האָט נאָך נישט אַלץ פֿאַרענדיקט. עס האָט פֿאַר אים אָבער געשוועבט דאָס יונג־פֿאַרשניטענע לעבן פֿון זײַן קינד, וואָס האָט נאָך גאָרנישט אָנגעהויבן. "אַנשטאָט דעם, וואָס דער זון זאָל יעדן טאָג זאָגן קדיש נאָכן פֿאָטער, טוט עס דער פֿאָטער נאָכן זון" — קלאָגט ער שטיל אין אַ בריוו צו איינער פֿון זײַנע עלטערע טעכטער. אַזאַ אומרעכט האָט ער נישט געקאָנט איבערלעבן. און אַ געבויגענער, אָן ווידערשטאַנד, איז ער שטיל אַוועק נאָך זײַן זון. אַזוי האָט געלעבט און געשטאָרבן דער מײַסטער פֿון אייגענעם פֿאַמיליע־לעבן — שלום־עליכם.
זונטיק, דעם 15טן מערץ, 1959