דער דענקמאָל פֿון שלום־עליכמען אין ביראָבידזשאַן |
אין ביראָבידזשאַן קלײַבט מען זיך אָפּמערקן שלום-עליכמס יובֿל. מע טענהט, אַז די געגנטלעכע ביבליאָטעק האָט די בעסטע זאַמלונג אין רוסלאַנד פֿון שלום-עליכמס ווערק, וואָס זײַנען אַרויס אויף ייִדיש — אַזש 110 ביכער. אפֿשר. אָבער — לויט אַלע סימנים נאָך — וועט מען אין דער געגנט נאָך ברייטער פּראַווען דעם 210טן יוביליי פֿון אַלעקסאַנדר פּושקינען, בפֿרט נאָך אַז אין דער שטאָט פֿירט אַן אַקטיווע טעטיקייט דער פּושקין-קלוב, בראָש מיטן היגן ענטוזיאַסט ראָמאַן פֿײַן. מיט אים איז, אַ פּנים, פֿאַרבונדן דער נײַער מינהג — אויף פּושקינס געבוירן-טאָג קומען צום דענקמאָל פֿון שלום-עליכמען צו לייענען לידער פֿונעם גרויסן רוסישן דיכטער. די לאָגיק פֿון אָט דער זאַך איז אַזאַ: שלום-עליכמס דענקמאָל שטייט אויפֿן ראָג פֿון די גאַסן, וואָס טראָגן די נעמען פֿון די צוויי קלאַסיקער, דעם ייִדישן און דעם רוסישן.
פּושקין — שלום-עליכם. אַ סמיכות-הפּרשיות? ניין, דאָס זײַנען ענג-פֿאַרבונדענע ענינים. מיט יאָרן צוריק האָב איך, דאַכט זיך אין אַן אָקספֿאָרדער בוקיניסטישן געשעפֿט, געקויפֿט אַ ביכל פֿון וואַלערי קירפּאָטין, "פּושקין און קאָמוניזם", וואָס איז אַרויס אין מאָסקווע אין יאָר 1936. קירפּאָטין איז געווען אַ ייִד, געבוירן געוואָרן אין קאָוונע אין 1898, און געשטאָרבן אין 1997 — איבערגעלעבט גוטע און שלעכטע יאָרן אין זײַן לעבן. סוף 1940ער האָט ער געהאַט צרות טאַקע ווי אַ ייִד-"קאָסמאָפּאָליט". אין די 1930ער, אָבער, האָט ער אָנגעפֿירט מיטן סעקטאָר פֿון ליטעראַטור אין צענטראַל-קאָמיטעט פֿון דער קאָמוניסטישער פּאַרטיי און פֿאָרמולירט די טאַקטיק (די סטראַטעגיע האָט באַשטימט סטאַלין און זײַן נאָענטער קרײַז) אין ליטעראַטור-פּאָליטיק. זײַן בוך וועגן פּושקינען איז קאָמיש צו לייענען. מיר איז באַזונדערס געפֿעלן געוואָרן דער געדאַנק, אַז די נײַע סאָוועטישע (מע האָט זי אויך גערופֿן "סטאַלינישע") קאָנסטיטוציע האָט רעאַליזירט די חלומות פֿון אַזעלכע אינטעלעקטואַלן ווי פּושקין.
אַזאַ קונץ האָט מען געמאַכט אויך מיט אַנדערע נאַציאָנאַלע קלאַסיקער. אַ כּמו-באָלשעוויסטישן אימאַזש האָט מען געשאַפֿן, למשל, פֿאַרן אוקראַיִנישן דיכטער טאַראַס שעווטשענקאָ. בײַ די ייִדן האָט זיך אויף אַ "פּראָלעטאַרישן" שליחות געשניטן נאָר שלום-עליכם. ווער נאָך? מענדעלע איז געווען צו קאָמפּליצירט, פֿאַרעלטערט, כאָטש וועגן אים האָט מען אויך געשריבן, אַז ער האָט מיט באַגײַסטערונג באַגעגנט די ערשטע טעג פֿון דער רעוואָלוציע. פּרץ איז געווען אַ שווערע סחורה פֿאַר די סאָוועטישע קאָמוניסטן. קודם-כּל, איז ער געווען אַ פּוילישער, און פֿון פּוילן האָבן קיין גוטע זאַכן ניט געקענט שטאַמען אין דעם אָנגעשטרענגטן פּאָליטישן קלימאַט פֿון די 1920ער און 1930ער יאָרן. מע האָט אַ פּרוּוו געטאָן צו מאַכן שמ״רן, דעם "קלאַסיקער" פֿון ייִדישן שונד, פֿאַר אַ סאָוועטישן קלאַסיקער, אָבער ערנסט האָט מען עס ניט אויפֿגענומען.
שלום-עליכם האָט געשריבן וועגן ייִדישע האָרעפּאַשניקעס און שלימזלען, אויסגעלאַכט די רײַכע, געווען אין גוטע באַציִונגען מיטן גורו פֿון דער פּראָלעטאַרישער ליטעראַטור מאַקסים גאָרקי. און דערצו נאָך — אַ געניאַלער קינסטלער! האָט מען אים אינקאָרפּאָרירט אין דעם סאָוועטישן קאַנאָן. דאָס וואָלט, אַגבֿ, געווען אַ גוטע טעמע פֿאַר אַ באַזונדערער פֿאָרשונג, באַזירט אויף אַרכיוון-מאַטעריאַלן, דהײַנו: ווען פּינקטלעך איז שלום-עליכם פֿעסט אַרויפֿגעזעצט געוואָרן אויפֿן סאָוועטיש-ייִדישן טראָן?
דער פּאַראַדאָקס איז דאָך באַשטאַנען אויך אין דעם וואָס אויפֿגעטאָן האָבן עס אָפֿט מאָל מענטשן, וועלכע האָבן פֿריִער ניט שטאַרק געהאַלטן פֿון שלום-עליכמען. אַ שטייגער, משה ליטוואַקאָוו, דער הויפּט-רעדאַקטאָר פֿון דער מאָסקווער צײַטונג "דער אמת" און דער דאָמינירנדיקער ליטעראַטור-קריטיקער, האָט אין 1916 געשריבן וועגן שלום-עליכמס ווערק, אַז זיי האָבן פֿאַרפֿירט די ייִדישע ליטעראַטור אין אַ טעמפּן ווינקל.
הקיצור, שלום-עליכם איז געוואָרן אַ סאָוועטישער. מע האָט געדרוקט זײַנע ביכער, אויף ייִדיש און אַנדערע שפּראַכן, מע האָט ברייט געפֿײַערט זײַנע יובילייען. מיט 50 יאָר צוריק האָט דער 100־יאָריקער יוביליי געהאָלפֿן ווידער אָנהייבן, נאָך אַן איבעררײַס פֿון אַ יאָרצענדליק, אַרויסצוגעבן ייִדישע ביכער אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד. דעמאָלט האָט מען דעם יוביליי אַרײַנגעשטעלט אין פּראָגראַמען פֿון פֿאַרשיידענע אינטערנאַציאָנאַלע פּאָליטישע און קולטור-פֿאַראייניקונגען, קאָמוניסטישע בתוכם. פֿון דעם וואָס מיר איז אויסגעקומען צו לייענען, האָבן אין אָט דער קאַמפּאַניע געשפּילט אַ ממשותדיקע ראָלע די פֿראַנצויזישע ייִדישע קאָמוניסטן.
דער סאָוועטישער צד האָט זיך דערווײַל געדרייט אויפֿן קאָרעק: צו באַנײַען די ייִדישע קולטור-טעטיקייט, וועלכע מע האָט דערקוועטשט צום סוף פֿון סטאַלינס ממשלה, האָט מען שטאַרק ניט געוואָלט. ערשטנס, האָט מען געציטערט פֿאַר ייִדישן נאַציאָנאַליזם. צווייטנס, האָט מען געוואָלט אַלץ באַגרענעצן מיט ביראָבידזשאַן. אָבער גלײַכצײַטיק האָט מען געזוכט אַן אופֿן, ווי אַזוי זיך ריינוואַשן אין די אויגן פֿון דער מערבֿדיקער וועלט, דער עיקר פֿון די פֿרײַנד פֿון סאָוועטן-פֿאַרבאַנד, וועלכע האָבן בשום-אופֿן ניט געקענט פֿאַרשטיין ווי אַזוי ייִדיש און ייִדישע קולטור האָבן געקענט שטערן דער בויונג פֿון קאָמוניזם.
האָט שלום-עליכמס יובֿל געגעבן דעם מאָסקווער קרעמל אַ מעגלעכקייט צו ווײַזן, אַז די סאָוועטישע מאַכט באַציט זיך זייער גוט צום ייִדישן קלאַסיקער. לויט דער קאָמאַנדע פֿונעם צענטראַל-קאָמיטעט, איז די גאַנצע סאָוועטישע פּרעסע מאָביליזירט געוואָרן אויף פֿײַערן דעם יוביליי. גאָר גרויסאַרטיק האָט מען עס געמאַכט אין מאָסקווע, מיט אויסלענדישע געסט — פֿון אַמעריקע איז געקומען דער רעדאַקטאָר פֿון דער קאָמוניסטישער "מאָרגן-פֿרײַהייט" פּסח נאָוויק, און דער באַרימטער אַפֿריקאַניש-אַמעריקאַנער זינגער פּאָל ראָבסאָן האָט געזונגען ייִדישע לידער. בינו-לבינו, האָט מען אַרויסגעגעבן אַ זאַמלבוך פֿון שלום-עליכמס דערציילונגען, און דאָס האָט געעפֿנט אַ נײַע תּקופֿה — זי האָט געדויערט דרײַ יאָרצענדליק — פֿון ייִדישן דרוקוועזן אין מאָסקווע.
די געשיכטע, ווי אַזוי די סאָוועטישע ליטעראַטור איז "פֿאַרשלום-עליכמט" געוואָרן, איז שווער צו דערציילן אָן סאַרקאַזם. ווי אַזוי נאָך קען מען רעדן וועגן אַרײַננעמען אַ געניאַלן שרײַבער אין אַן אידעאָלאָגישער קולטור, וועלכע האָט צו אים קיין שום שײַכות ניט געהאַט? גלײַכצײַטיק מוז מען אָנערקענען, אַז אַ דאַנק דער "סאָוועטיזאַציע" פֿון שלום-עליכמען זײַנען די ווערק זײַנע, גלענצנדיק איבערגעזעצט אויף רוסיש, געוואָרן צוטריטלעך און באַליבט אין דער רוסיש-יידישער סבֿיבֿה. מיר שײַנט, אַז מע לייענט אים נאָך אַלץ אויף רוסיש. ווי אַ סימן פֿון דעם זע איך נײַע אויפֿלאַגעס פֿון די רוסישע איבערזעצונגען — איך זע זיי ניט בלויז אין די ביכער-געשעפֿטן, אָבער אויך אין די הענט פֿון די פּאַסאַזשירן, מיט וועלכע איך פֿאָר אין ניו-יאָרקער אונטערבאַן.