איך האָב שטאַרק ליב די איטאַליענישע לאָקשן (אויך באַקאַנט ווי "פּאַסטאַ"). די פּאָפּולערסטע פּאַסטאַ זענען ספּאַגעטי און מאַקאַראָנדלעך, אָבער עס זענען אויך דאָ אַ טוץ אַנדערע מינים לאָקשן, וואָס יעדער פֿון זיי האָט זײַן אייגענעם כאַראַקטער.
איין מין פּאַסטאַ — די אָרזאָ־לאָקשעלעך — זעען אויס ווי רײַז, אָבער ס׳נעמט ווייניקער צײַט זיי צוצוגרייטן. דער ווײַטערדיקער צושפּײַז פּאַסט זיך גוט צו צו פֿיש אָדער הינדל.
8 אונצן (225 גראַם) אָרזאָ־לאָקשעלעך
1 לעפֿל איילבערט־בוימל
1 לעפֿעלע עסיק
1 לעפֿעלע לימענע־זאַפֿט
1 ציינדל קנאָבל, צעהאַקט
1 לעפֿעלע אָרעגאַנאָ
2 טעפּלעך פֿאַרפֿרוירענע גרינע אַרבעס
1/4 טעפּל צעשניטענע מינץ־בלעטער
1/4 טעפּל צעקרישלטע פֿעטאַ־קעז
זידט אָפּ אַ טאָפּ וואַסער און קאָכט אין אים די אָרזאָ־לאָקשעלעך בערך 12 מינוט, ביז זיי ווערן ווייך.
בשעת־מעשׂה, מישט צונויף אין אַ שיסעלע דעם בוימל, עסיק, לימענע־זאַפֿט, קנאָבל און אָרעגאַנאָ.
ווען די אָרזאָ איז גרייט, נעמט דעם טאָפּ אַראָפּ פֿון פֿײַער. שיט אַרײַן אינעם געקאָכטן וואַסער די פֿאַרפֿרוירענע אַרבעס, און לאָזט עס דאָרט זיצן 1 מינוט.
זיפּט אָפּ די לאָקשן מיט אַרבעס, און גיט עס אַרײַן אין אַ שיסל. באַגיסט עס מיטן סאָוס, און מישט אַרײַן די מינץ־בלעטער און פֿעטאַ־קעז. דערלאַנגט צום טיש וואַרעמערהייט.