אויב עס קומט דעם לייענער הײַנט אָן ניט גרינג צו געפֿינען מענטשן מיט וועמען צו רעדן אַ ייִדיש וואָרט, שטעלט זיך פֿאָר, ווי שווער איז צו געפֿינען אַזעלכע, וואָס קענען דעם ייִדיש פֿון 500 יאָר צוריק. כאָטש אַ מאָל האָבן כּמעט אַלע ייִדן גערעדט די אַלט־ייִדישע שפּראַך: אין דײַטשלאַנד, האָלאַנד, פּוילן, איטאַליע, און אויף איר געשאַפֿן אַ רײַכע ליטעראַטור — הונדערטער כּתבֿ־ידן און ביכער ליגן אין די טיפֿענישן פֿון די גרויסע ביבליאָטעקן פֿון דער וועלט — דאַרף מען הײַנט זוכן מיט ליכט אַ מענטש, וואָס קען די שפּראַך לייענען. עס פֿאַראינטערעסירן זיך בלויז געציילטע פֿאָרשער און סטודענטן, יחידי־סגולה, וואָס האָבן זיך גענומען די מי צו דעשיפֿרירן די מאָדנע אותיות און זיך אויסצולערנען די אַלטע גראַמאַטיק, וואָס דערמאָנט מער אין דײַטש, ווי אינעם הײַנטיקן ייִדיש. די דאָזיקע געציילטע פֿאָרשער און סטודענטן זײַנען, נעבעך, צעשפּרייט איבער ישׂראל, דײַטשלאַנד און אַמעריקע. אַזוי אַז, אויב איינער וויל זיך לערנען אַלט־ייִדיש און וווינט ערגעץ דאָרט, וווּ מע לערנט ניט די שפּראַך — אין ניו־יאָרק, למשל — איז ער אויף גרויסע צרות. ער קען פּרוּוון זיך לערנען אַליין פֿון ביכער, אָבער דאָס איז ניט פֿון די גרינגע זאַכן, ווײַל קיין אַלט־ייִדישן ווערטערבוך אָדער גראַמאַטיק האָט קיינער דערווײַל ניט אָנגעשריבן. געוויינטלעך, בלײַבן די שיינע אַוואַנטורעס פֿון ייִדישע ריטערס און קעניגן, די באַקאַנטע זכרונות פֿון גליקל פֿון האַמל, און די אַלע שפּעטערע אוצרות פֿון דער אַלט־ייִדישער ליטעראַטור, פֿאַרשלאָסן אויף זיבן שלעסער.
לעצטנס, האָט זיך אָבער געעפֿנט אַ קליין פֿענצטערל, אַ דאַנק וועלכן קען אַ פֿאַראינטערעסירטער יחיד גרינגער צוקומען צו אַלט־ייִדיש. עס איז ניט לאַנג צוריק אַרויס אַ נײַע, ביליקע אויסגאַבע (אונטער 40$) פֿון דער ריזיקער כרעסטאָמאַטיע "פֿריִע ייִדישע טעקסטן" (Early Yiddish Texts) פֿון דזשעראָלד פֿרייקס, וואָס נעמט אַרײַן צענדליקער טעקסטן פֿונעם 13טן ביזן 18טן יאָרהונדערט. כּמעט די גאַנצע ליטעראַטור ליגט אונטער דער האַנט; דערצו נאָך ווערן די טעקסטן באַגלייט מיט אַ וויסנשאַפֿטלעכן אַרײַנפֿיר און אַ פּרטימדיקער ביבליאָגראַפֿיע, כּדי דער פֿאַראינטערעסירטער זאָל ווײַטער ניט בלאָנדזשען אין דער פֿינצטער. אויב 40$ איז צו טײַער, קען מען געפֿינען פֿרייקס׳ בוך אין אַ סך ביבליאָטעקן. ניט ווייניק אַלט־ייִדישע טעקסטן קען מען לייענען אין אינטערנעץ. די פֿראַנקפֿורטער אוניווערסיטעט־ביבליאָטעק האָט דיגיטאַליזירט און אַרויפֿגעלייגט אויף איר וועבזײַטל אַרום 800 ייִדישע ביכער, פֿון וועלכע אפֿשר 300 שטאַמען פֿון דער צײַט פֿאַר 1800 — גיט אַ קוק www.literatur-des-judentums.de
פֿונדעסטוועגן, פֿעלט נאָך אַלץ דער מומחה, וואָס זאָל העלפֿן דעם אָנהייבער די טעקסטן צו פֿאַרשטיין. האָבן אין האַרבסט 2007 עטלעכע מיטגלידער פֿון "יוגנטרוף" געשאַפֿן אין ניו־יאָרק אַן אַלט־ייִדישן לייענקרײַז, כּדי צו לייענען די טעקסטן צוזאַמען. פֿאַר אונדזער טעקסט האָבן מיר אויסגעקליבן דעם באַליבטן ראָמאַן "בבֿא־בוך" פֿון אליהו בחור, וואָס מיר האָבן געלייענט אין דעם אָריגינעלן שריפֿט, אַזוי ווי ס’איז געדרוקט געוואָרן אין 1541. דער ייִדישער בבֿא (געלייענט "באָוואָ") שטאַמט פֿון אַ פֿריִערדיקן ריטער־ראָמאַן אויף איטאַליעניש, וואָס איז אַליין באַזירט אויף פֿראַנצויזישע קוואַלן, וועלכע נעמען זיך פֿון דער ענגלישער לעגענדע פֿון ביוויס פֿון האַמפּטאָן (Bevis of Hampton). אַזוי ווי אין אַלע ריטער־ראָמאַנען, איז דאָס בבֿא־בוך פֿול מיט ראָמאַנטישער ליבע און העלדישע קאַמפֿן קעגן די רשעים. נײַ איז בלויז דער פֿאַקט, אַז דער העלד איז אַ ייִד. בבֿא איז געווען אַזוי פּאָפּולער בײַ ייִדן אין משך פֿון הונדערטער יאָרן, אַז יעדע פֿאַנטאַסטישע דערציילונג האָט געקענט הייסן אַ "בבֿא־מעשׂה", און ווען מע האָט אים, סוף־כּל־סוף, פֿאַרגעסן, איז דער אויסדרוק געוואָרן "באָבע־מעשׂה".
ווײַל אונדזער קרײַז איז בײַם אָנהייב געווען אַ גרויסער און קיין געלערנטער אַלט־ייִדישיסט איז ניט געווען צווישן אונדז, איז דאָס לייענען דעמאָלט געגאַנגען פּאַמעלעך, געקראָכן פֿון וואָרט צו וואָרט, און דערצו האָבן מיר דעם אמתן טײַטש פֿון די ווערטער אָפֿט ניט געוווּסט. אָבער מיט דער צײַט האָט דער מצבֿ זיך "פֿאַרבעסערט" — אַ סך מענטשן, וואָס האָבן זיך געמוטשעט מיטן אַלט שריפֿט, האָבן אויפֿגעהערט קומען, און די פֿאַרבליבענע האָבן שוין געלייענט פֿליסיק. צו ביסלעך האָט אונדזער קרײַז זיך פֿאַרשאַפֿט עטלעכע וויכטיקע ביכער, וואָס העלפֿן אונדז בײַם לייענען: אַן אַלטע גראַמאַטיק און אַ גרויסן ווערטערבוך פֿון דער אַלט־דײַטשישער שפּראַך, אַ מאָדערנע איבערזעצונג פֿונעם "בבֿא־בוך", און לעצטנס אויך אַ קאָפּיע פֿון אַ דיסערטאַציע וועגן אים, געשריבן פֿון קלאַודיע ראָזענצווײַג, מיט אַ פּרטימדיקן קאָמענטאַר צום טעקסט. אונדזער גרעסטער געווינס איז אָבער געקומען דעם פֿאַרגאַנגענעם האַרבסט, ווען עס איז אונדז אײַנגעפֿאַלן, אַז מיט דער הײַנטיקער טעכנאָלאָגיע קענען מענטשן זיך באַטייליקן אינעם קרײַזל פֿון דער ווײַטנס. מיט דער באַקאַנטער קאָמפּיוטער־פּראָגראַם "סקײַפּ", למשל, קענען אַ סך מענטשן צוזאַמען רעדן צווישן זיך — אַלץ בחינם. אַזוי אַרום איז צו אונדז, סוף־כּל־סוף, געקומען דער געלערנטער אַלט־ייִדישיסט, וואָס האָט אונדז די גאַנצע צײַט אויסגעפֿעלט — שמעון נויבערג פֿון טריר־אוניווערסיטעט אין דײַטשלאַנד. כאָטש זײַן קול איז אַמאָל ניט צו דערקענען — מיר דאַרפֿן אים קויפֿן אַ נײַעם מיקראָפֿאָן — ווען מיר הערן אים יאָ, מאַכט ער יעדעס מאָל אַן אינטערעסאַנטע באַמערקונג. כּל־זמן ר׳ שמעון איז דאָ און פֿאַרריכט אונדזערע טעותן, דאַכט זיך אונדז, אַז מיר גייען אויף אַ גלײַכן וועג.
אַ לענגערע צײַט האָט אונדזער קרײַז זיך געטראָפֿן בײַם "ייִדישן קולטור־קאָנגרעס", אָבער הײַיאָר האָבן מיר געפֿונען אַ באַקוועם אָרט אין דער ביבליאָטעק פֿון קאָלומביע־אוניווערסיטעט. אין צימער 305, אינעם ביוראָ פֿון באָב סקאָט, דער אָנפֿירער פֿונעם ביבליאָטעק־אָפּטייל פֿאַר טעכנאָלאָגישע רעסורסן. טרעפֿן מיר זיך ראָרט (כּמעט) יעדן פֿרײַטיק נאָך מיטאָג אַרום איינס אַ זייגער. דאָרט, אַרומגערינגלט פֿון אַלטע ביכער און פּאַפּירן, איז דאָ גענוג פּלאַץ פֿאַר די מענטשן, וואָס קומען אַהין, און אַ קאָמפּיוטער פֿאַר די, וואָס באַטייליקן זיך פֿון דער ווײַטנס. ווער וואָלט געגלייבט מיט אַ פּאָר יאָר צוריק, אַז אַזאַ אינטערנאַציאָנאַלער לייענקרײַז איז מעגלעך? אָבער דאָס איז שוין ניט קיין באָבע־מעשׂה.
כּדי זיך צו דערוויסן מער פּרטים, ביטע שרײַבט: leyzertag@gmail.com