נאָך דער ערשטער נסיעה פֿון דער נײַער מלוכה־סעקרעטאַרין, הילאַרי קלינטאָן, איבער די גרעסטע אַזיאַטישע לענדער — כינע, יאַפּאַן, דרום־קאָרעע, וואָס אַמעריקע האָט דערמיט אַרויסגעוויזן איר פּריאָריטעט אין דער אויסערלעכער פּאָליטיק, האָט דער דיפּלאָמאַטישער מאַרשרוט אין וואַשינגטאָן זיך אַ קער געטאָן צום מיטעלן מיזרח. און אויב דער פּראָבלעמאַטישער קנופּ אינעם אַזיאַטישן ראַיאָן איז פֿאַרבונדן אויף דער מיליטאַריסטישער צפֿון־קאָרעע, זעען אויס די פּראָבלעמען אינעם מיטעלן מיזרח ווי אַ שטריק, פֿיל מיט קנופּן, פֿאַרצויגן אַרום ישׂראל.
דער נײַער פּרעזידענט און זײַן אַדמיניסטראַציע, האָבן אַוודאי זייער אייגענע וויזיע, ווי אַזוי אָנצוגיין ווײַטער מיט איראַן, סיריע, לבֿנון; ווי ווײַט זיך אַרײַנצומישן אינעם קאָנפֿליקט צווישן די צוויי פּאַלעסטינער אַדמיניסטראַציעס — אין ראַמאַלאַ און אין עזה — פֿון איין זײַט, און מיט "כעזבאָלאַ" — פֿון דער אַנדערער זײַט.
פּרעזידענט באַראַק אָבאַמאַ, סײַ אין זײַנע אויפֿטריטן בעת דער וואַל־קאַמפּאַניע און סײַ אין די ערשטע טעג פֿון זײַן רעגירן, האָט באַטאָנט, אַז זײַן הויפּט־פּרינציפּ אין דער פּאָליטיק אויפֿן מיטעלן מיזרח איז דווקא נישט צעהאַקן, נאָר פֿונאַנדערפּלאָנטערן די פֿילצאָליקע קנופּן פֿון סתּירות. דאָס מיינט, קודם־כּל, אָנהייבן צו פֿאַרהאַנדלען מיט איראַן און מיט סיריע, די גרעסטע שטיצער, עצה־געבער און אונטערהעצער בײַ "כאַמאַס" און "כעזבאָלאַ".
ביז פּרעזידענט אָבאַמאַ וועט אָפֿן דערקלערן זײַן פּלאַן מכּוח דעם מיטעלן מיזרח, און ביז זײַנע דיפּלאָמאַטישע שליחים, בראָש מיט דער מלוכה־סעקרעטאַרין, וועלן אָנטאַפּן דעם איצטיקן דופֿק אין די צווישן־באַציִונגען נאָך אָבאַמאַס איבערנעמען די פּרעזידענטשאַפֿט, גייען אַרום פֿאַרשידענע קלאַנגען איבער דער מעדיאַ־וועלט. אַזוי, למשל, איז אָנהייב וואָך אַרויסגעשוווּמען די ידיעה, אַז אין דעם געהיים־בריוו פֿונעם אַמעריקאַנער פּרעזידענט צום רוסלענדישן פּרעזידענט, איז געמאַכט געוואָרן אַ פֿאָרשלאָג, לויט וועלכן וואַשינגטאָן וועט זיך אָפּזאָגן צו אינסטאָלירן אין אייראָפּע די קעגנראַקעט־שיטה, וואָס איר ציל איז צו באַשיצן אייראָפּע פֿון אַ מעגלעכן נוקלעאַרן אַטאַק מצד איראַן; און רוסלאַנד, פֿון איר זײַט, וועט אויפֿהערן אַרויסצוהעלפֿן טעהעראַן אין איר נוקלעאַרער פּראָגראַם און איבערצײַגן די איסלאַמיסטן אָנצוהייבן צו פֿאַרהאַנדלען מיטן מערבֿ.
אין דער זעלבער צײַט האָט אַמעריקע, צוזאַמען מיט נאָך פֿינף גרעסטע לענדער — ענגלאַנד, פֿראַנקרײַך, דײַטשלאַנד, רוסלאַנד און כינע — בעת דער לעצטער זיצונג פֿון דער אינטערנאַציאָנאַלער אַטאָם־אַגענטור, אַרויס מיט אַ דערקלערונג, וווּ עס ווערט געזאָגט, אַז די אַלע לענדער זײַנען אויך ווײַטער גרייט צו פֿירן אַ דירעקטן דיאַלאָג מיט איראַן, בשײַכות איר נוקלעאַרער פּראָגראַם, וואָס רופֿט אַרויס גרויסע ספֿקות, צי זי האָט טאַקע נאָר פֿרידלעכע צוועקן, ווי די איראַנישע רעגירונג טענהט.
סימנים פֿון "אָנטאַפּן דעם דופֿק" האָט מען געקאָנט באַמערקן אויך בעת דער קורצווײַליקער טרעפֿונג צווישן הילאַרי קלינטאָן און דעם סירישן אויסערן־מיניסטער, וואַליד מואַלעם, אויף דער קאָנפֿערענץ פֿון די עזה־דאָנערס אין עגיפּטן. פֿון זייער קורצן האַנטדרוק און ווערטער־אויסטויש, האָבן שוין די ווײַט־זעעוודיקע פּאָליטיקער געמאַכט אַן אויספֿיר, אַז די נײַע אַמעריקאַנער אַדמיניסטראַציע זוכט אָנצוקניפּן פֿאַרבינדונגען מיט אַסאַדן און זײַן קליקע.
און לסוף, הילאַרי קלינטאָנס וויזיט אין ישׂראל, און איז באַטאָנען די וויכטיקייט פֿון "שאַפֿן צוויי מדינות". דערבײַ האָט זי אונטערגעשטראָכן, אַז "כאַמאַס" מוז אָנערקענען ישׂראל און זיך אָפּזאָגן פֿון טעראָר. בשעת דער באַגעגעניש אין ראַמאַלאַ, מיט מאַכמוד אַבאַס און זײַן אויסערן־מיניסטער, האָט זי אונטערגעשטראָכן די נעגאַטיווע מעשׂים פֿון ישׂראל בײַם ממשיך זײַן אויפֿצושטעלן הײַזער אויף די שטחים פֿון מיזרח־ירושלים. מיט איין וואָרט, די אַמעריקאַנער דיפּלאָמאַטיע איז אין פֿולן גאַנג אויפֿן זומפּיקן וועג פֿון זוכעניש אין פֿאַרשידענע ריכטונגען...
דערווײַל אָבער איז געשען אָנהייב וואָך אַ זאַך, וואָס האָט בכלל געקאָנט מאַכן אַ סוף צו אונדזער שיין וועלטל. ממש אַ האָר אַוועק פֿון דעם ערדקײַלעך איז דורכגעפֿלויגן אַ ריזיקער אַסטעראָיִד. ווי די וויסנשאַפֿטלער האַלטן, איז אַזאַ צונויפֿשטויס פֿון אַן אַסטעראָיִד מיט דער ערד, פֿאָרגעקומען מיט 65 מיליאָן יאָר צוריק. דעמאָלט האָט עס געבראַכט דערצו, אַז פֿון דער וועלט זײַנען אין גאַנצן פֿאַרשוווּנדן געוואָרן די דינאָזאַוורען. דאָס מאָל, זעט אויס, וואָלטן געוויס נעלם געוואָרן די מענטשן. גיי זײַ אַ חכם!