פֿונעם אייביקן קוואַל

"ואתּה תצוה" — און דו, משה־רבינו, זאָלסט אָנזאָגן די ייִדן, זיי זאָלן ברענגען דעם ריינעם איילבערט־אייל, כּדי אָנצוצינדן דעם "אייביקן לײַכטער" אינעם משכּן. ווײַטער הייסט די תּורה אָנצינדן די מנורה יעדן טאָג, פֿון אָוונט ביז פֿרימאָרגן. אויב אַזוי, פֿאַרוואָס הייסט עס "אַן אייביקער לײַכטער"?

דער נאָמען פֿון דער הײַנטיקער סדרה, "תּצוה", איז פֿאַרבונדן מיטן וואָרט "מיצווה". אינעם חומש איז פֿאַראַן נאָך אַ פּרשה, וואָס איר נאָמען שטאַמט פֿונעם זעלבן שורש — "צו". דאָרטן גייט אַ רייד וועגן די קרבנות. ס׳איז אינטערעסאַנט, אַז די פּרשה "צו" הייבט זיך אָן אויך מיט אַן ענלעכן אָנזאָג: אַז דאָס פֿײַער אינעם בית־המיקדש מוז שטענדיק ברענען. די כּהנים האָבן נישט געטאָרט פֿאַרלעשן די אָנגעגליטע קוילן אויפֿן מזבח, און האָבן געמוזט כּסדר אונטערהאַלטן דאָס פֿײַער.

די נעמען פֿון די פּרשיות זענען תּמיד טיף פֿאַרבונדן מיט זייער אינהאַלט. אין ביידע פֿאַלן, ווערט דער ענין פֿון מיצוות אַסאָציִיִרט מיטן "שטענדיקן פֿײַער".

די עבֿודת־המנורה האָט געפֿאָדערט אַ מענטשלעכע באַמיִונג; ס׳איז אַ טאָג־טעגלעכע מיצווה, וואָס די כּהנים פֿלעגן אויספֿירן יעדן טאָג. דער צוועק פֿון דער דאָזיקער עבֿודה איז נישט געווען דאָס פֿײַער גופֿא, נאָר די כּסדרדיקע אַקטיווע באַטייליקונג פֿון מענטשן.

אויב מע טראַכט זיך אַרײַן, איז דאָס פֿײַער זייער אַן אומגעוויינטלעכער פֿענאָמען, אין פֿאַרגלײַך מיט אַזאַ סאָלידן אָביעקט, ווי אַ שטיין. דאָס פֿײַער איז נישט קיין שטענדיקער אָביעקט, נאָר אַ פּראָצעס פֿון כעמישער רעאַקציע, וואָס לאָזט אַרויס היץ און ליכט. אַפֿילו וואַסער, וואָס מע באַטראַכט עס אָפֿט ווי אַ סימבאָל פֿון בײַטעוודיקייט, איז סטאַבילער, ווי דאָס פֿײַער; דאָס וואַסער פֿון אַ פֿלײַסנדיקן טײַך קאָן מען אָפּהיטן אין אַ כּלי, און אַ ברענענדיקן פֿלאַם — נישט. פּאַראַדאָקסיש, די סטאַביליטעט פֿון אַן "אייביק פֿײַער" שטעקט דווקא אינעם כּסדרדיקן באַנײַען זיך. וואָס גיכער עס ברענט אָפּ דער ברענשטאָף, אַלץ שטאַרקער און פֿעסטער ווערט דער פֿלאַם.

הגם דאָס וואָרט "מיצווה" ווערט אָפֿט אָפּגעטײַטשט ווי אַ "באַפֿעל", דערקלערן די חסידות־ספֿרים, אַז דאָס מיינט, אין דער אמתן, אַ גײַסטיקן קאַנאַל, וואָס פֿאַרבינדט די נשמה מיט איר ג-טלעכן שורש. ס׳רובֿ מענטשן פֿאַרשטייען אָבער נישט, פֿאַרוואָס דווקא געוויסע אַקטן זענען מסוגל צו שאַפֿן אַזעלכע קאַנאַלן, דערפֿאַר באַנעמען זיי די מיצוות ווי "באַפֿעלן".

די מענטשלעכע נשמה ווערט אָנגערופֿן "אַ ג־טלעכע ליכט" — "נר ה׳ נשמת אָדם". אַ מענטש איז אַ לעבעדיקע באַשעפֿעניש, וואָס האַלטן אין איין בײַטן זיך און אַריבערגיין פֿון איין מדרגה צו אַ צווייטער. להיפּוך, איז דער אייבערשטער — דער אינערלעכער עצם פֿון אַלץ — בעצם העכער פֿון צײַט און וואָס־ניט־איז ענדערונגען.

די מיצוות זענען מסוגל צו שאַפֿן אַ פֿעסטע פֿאַרבינדונג צווישן ג־טלעכקייט און אַזאַ בײַטעוודיקער באַשעפֿעניש, ווי אַ מענטש, ווײַל זיי דינען ווי אַ "גײַסטיקער ברענשטאָף", וועלכער האַלט אונטער דעם אינערלעכן "ברען" אינעם מענטש, וואָס ציט די נשמה אַרויף, צו רוחניות. אַזוי ווי דאָס פֿיזישע פֿײַער, וואָס קאָן רעפּרעזענטירן, אין איין צײַט, סײַ שטענדיקייט און סײַ בײַטעוודיקייט, פֿאַראייניקן די מיצוות די ג־טלעכע אייביקייט מיט דער מענטשלעכער דינאַמישער נאַטור.

ס׳איז, אָבער, נישט גענוג צו עפֿענען די גײַסטיקע קאַנאַלן בלויז איין מאָל. כּדי זיי אונטערצוהאַלטן, מוז מען תּמיד מאַכן נײַע מיצוות, אַרײַנברענגענדיק דעם נײַעם "גײַסטיקן ברענשטאָף" אין דער נשמה. די מעשׂה־המנורה סימבאָליזירט דעם דאָזיקן פּראָצעס, און האָט געגעבן די כּהנים, וועלכע פֿלעגן יעדן טאָג אָנצינדן די ליכט אינעם בית־המיקדש, אַ דירעקטע דערפֿאַרונג פֿון אַזאַ אינערלעכער באַנײַונג — דערפֿאַר איז די הײַנטיקע פּרשה פֿאַרבונדן מיטן ענין פֿון מיצוות אין אַלגעמיין.

ווי ס׳איז באַקאַנט, פּראַוועט מען דעם יום־טובֿ פּורים, לכּבֿוד דעם נצחון איבער עמלק. אינעם חומש, ווערט עמלק באַשולדיקט אין דעם, וואָס ער איז פּלוצעם אָנגעפֿאַלן אויף די ייִדן — "אַשר קרך בדרך". דאָס וואָרט "קרך", "האָט דיך געטראָפֿן", קאָן מען אויך אָפּטײַטשן ווי "אָפּגעקילט". על־פּי־חסידות, רעפּרעזענטירט עמלק די גײַסטיקע "קאַלטקייט" — אַ היפּוך פֿונעם "אינערלעכן ברען"; דעם הײַנטיקן שבת לייענט מען אויך "פּרשת־זכור", וועגן עמלק, צו דערמאָנען וועגן דער סכּנה פֿון דער דאָזיקער שלעכטער מידה.

ס׳איז וויכטיק צו באַמערקן, אַז קאַלטקייט איז, בעצם, לאַוו־דווקא אַ שלעכטער מצבֿ. אַדרבה, קאָן אַ רויִקער, קאַלטער שׂכל ברענגען דעם מענטש צו אַ העכערער מדרגה פֿון רוחניות, ווי דער עמאָציאָנעלער "ברען". עמלק רעפּרעזענטירט, אָבער, די נעגאַטיווע זײַט פֿון קאַלטקייט — די צינישע און עגאָיִסטישע אָפּלייקענונג פֿון אַלע עטישע ווערטן.

ווי עס ווערט דערקלערט אין די חסידישע ספֿרים, באַשטייט דער עיקר־קאַמף קעגן עמלק אינעם אינערלעכן געראַנגל קעגן אַזאַ עגאָיִסטישן ציניזם. פּורים איז דער טאָג, ווען מיר אַנטפּלעקן אין זיך אַ פֿאַרקערטע מידה: אַפֿילו אַזעלכע זאַכן, וואָס זעען געוויינטלעך אויס נאַריש און נישטיק, ווערן פֿאַרוואַנדלט אין אַ טייל פֿון דער יום־טובֿדיקער שׂמחה. די מיצווה פֿון "עד־דלא־ידע" העלפֿט אונדז מנצח צו זײַן די "עמלקישע" קאַלטקייט און אָנצינדן אין זיך "די אינערלעכע מנורה".