שאלות און תּשובֿות אין "הלכות ליבע"

טײַערע חזנטע,
איך בין אַ געגטער און איך זע זיך מיט אַ געגטע פֿרוי שוין 7 חדשים. איך האָב זי זייער ליב און מיר זענען געוואָרן זייער נאָענט. מרים האָט מיך קיין מאָל נישט געפֿרעגט וועגן מײַנע אַמאָליקע חבֿרטעס, האָב איך געטראַכט, אַז די טעמע האָט זי נישט געוואָלט אַרומרעדן.

לעצטנס, שפּאַצירנדיק מיט מרים, האָבן מיר זיך געטראָפֿן מיט אַן אַלטער חבֿרטע מײַנער אין גאַס. מיר האָבן גערעדט עטלעכע מינוט און ווײַטער שפּאַצירט. צו יענער צײַט, האָב איך נאָך מרים נישט דערציילט, אַז זי איז אַמאָל געווען מײַן חבֿרטע; איך ווייס נישט פֿאַר וואָס. מסתּמא, ווײַל מיר האָבן גוט פֿאַרבראַכט און יענע פֿרוי האָט מיך אַמאָל זייער וויי געטאָן. האָב איך נישט געוואָלט דערמאָנען שלעכטע זכרונות.
אַ פּאָר טעג שפּעטער האָב איך מרימען דערציילט, אַז די פֿרוי איז געווען אַמאָל מײַן חבֿרטע. איך האָב באַלד באַמערקט, ווי זי האָט זיך געביטן אויפֿן פּנים. שפּעטער מיט אַ טאָג באַקום איך אַ בליצפּאָסט־בריוול פֿון מרים. זי וויל מיר זאָלן זיך נישט זען אַ שטיקל צײַט; זי האָט מיך זייער ליב, אָבער איר חתונה איז זיך צעפֿאַלן צוליב אַזוינע סודות, און זי קען נישט פֿאַרטראָגן נאָך אַזאַ באַציִונג, אין וועלכער אַלץ האַלט מען בסוד.
איך האָב קיין מאָל נישט געוואָלט, אַז דאָס זאָל זײַן אַ סוד! ווי זאָל איך ענטפֿערן?
אַן אָפֿן בוך

טײַערער "אַן אָפֿן בוך",
זאָגט מרים, אַז איר האָט נישט געוואָלט, אַז דאָס זאָל זײַן אַ סוד; עס איז פּשוט געווען אַ טעמע, וואָס איר האָט נאָך נישט באַהאַנדלט מיט איר. זעצט זיך אַוועק מיט איר און ענטפֿערט אויף אַלע אירע קשיות מכּוח אײַערע אַמאָליקע חבֿרטעס. זאָגט איר, אַז איר וועט תּמיד זײַן ערלעך און אָפֿן־האַרציק צו איר.
און איר דאַרפֿט איצט פֿאַרשטיין, אַז סודות זענען אַ סענסיטיווע טעמע פֿאַר מרים. איר זאָלט האַלטן אין זינען, אַז זי קען פֿאַלש אויסטײַטשן געוויסע זאַכן וואָס איר דערציילט איר ווי סודות. צוטרוי איז אַ שווערע זאַך צו אַנטוויקלען. עס קלינגט ווי מרימס צוטרוי האָט איינער שוין אַמאָל צעטראָטן, דאַרפֿט איר האָבן געדולד ביז זי וועט האָבן צוטרוי צו אײַך. איר האָט, אָבער, קיין שלעכטס איר נישט געטאָן. דאַרפֿט איר איר געבן צו פֿאַרשטיין, אַז איר זענט נישט איר אַמאָליקער מאַן, אַז איר זענט ערלעך צו איר, און אַז איר באַהאַלט נישט אויס קיין אינפֿאָרמאַציע פֿון איר.



טײַערע חזנטע,
שוין אַ יאָר, אַז דאָס מיידל, וואָס אַרבעט אינעם ביוראָ לעבן מיר געפֿעלט מיר, און איך וויל זי פֿאַרבעטן אויף אַ ראַנדעוווּ. האָב איך געשריבן אַ בליצבריוו צו מײַן חבֿר, וווּ איך באַשרײַב געוויסע טיילן פֿון איר קערפּער אויף אַ פּראָסטן און וווּלגאַרן אופֿן. דערנאָך האָב איך על־פּי־טעות געשיקט דעם בריוו צו איר! איך באַהאַלט זיך איצט, ווען איך זע זי. וואָס קען איך טאָן צו פֿאַרבעסערן דעם מצבֿ?
נאַרישער בליצבריוו־שרײַבער

נאַרישער בליצבריוו־שרײַבער,
איך ספֿק צי איר קענט געפֿינען חן אין אירע אויגן, און איך ספֿק, צי זי וועט אַרויסגיין מיט אײַך. פֿון דעסטוועגן, האָט איר אַ ברירה — איר קענט זיך באַהאַלטן פֿון איר און זיך אויפֿפֿירן ווי אַ יונגער בחור, אָדער איר קענט אויף זיך נעמען דאָס אַחריות פֿאַרן טעות און בעטן בײַ איר מחילה. אויב איר באַשליסט צו טאָן דאָס צווייטע, זאָגט איר, אַז דאָס בליצבריוול איז נישט געווען אַ לײַטישס; איר זענט זיכער, אַז זי האָט זיך נישט געפֿילט באַקוועם צוליב דעם, און איר בעט זי זאָל אײַך מוחל זײַן. זאָגט איר, אַז איר האָט אַזוי געשריבן, ווײַל זי האָט אײַך צוגעצויגן, כאָטש וואָס איר האָט געטאָן איז געווען נאַריש. פֿרעגט נישט בײַ איר, צי זי וויל אַרויסגיין מיט אײַך. לאָזט דעם ענין צורו, און זאָל עס אײַך אָנלערנען נישט צו רעדן וועגן אַ פֿרויס קערפּער אַזוי!



טײַערע חזנטע,
איך פֿרעס אַ סך. צי איז בעסער צו פֿרעסן, ווען איך בין מיט אַ בחור, צי זאָל איך מאַכן דעם אָנשטעל און נאָר עסן סאַלאַטן און דערנאָך אַהיימגיין און ווײַטער פֿרעסן?
פֿרעסער

טײַערע פֿרעסער,
קענט איר נישט אויסקלײַבן אַ פּשרה צווישן די צוויי? איר דאַרפֿט זיך פֿילן גוט בײַ זיך, און נישט באַשטעלן אַ סאַלאַט, אויב איר וועט בלײַבן הונגעריק נאָך דעם. צוריק גערעדט, איז נישט העפֿלעך צו פֿרעסן אויף אַ ראַנדעוווּ. פֿירט זיך אויף ווי עס פּאַסט אין אַזעלכע פֿאַלן.

HazzanAri@yahoo.com
אָדער
Cantors Office
10400 Wilshire Blvd
Los Angeles, CA 90024