אויף די שפּורן פֿון קינד און קײט

כאַשטשעוואַצקי, משה (1897—1943)

געבוירן אין בוקי, לעבן דער שטאָט אומאַן

אַעראָפּלאַן

איז נאָך וואָס באמת
אויף דער וועלט פֿאַראַנען,
וואָס זאָל זײַן נאָך שענערס
פֿון אַעראָפּלאַנען?

רעדער זיך צעיאָגן,
שפּרינגט די האַרטע גומע,
אָט — עס איז דער באָדן
שוין אַוועקגעשוווּמען.

העכער פֿון די וואָלקנס —
זון נאָך העלער, העלער!
און דער רודער פֿאָלגט אונדז,
דרייט זיך דער פּראָפּעלער.

איבער לאַנד און לענדער,
ווי אַ דרייסטער פֿויגל,
וואָלט איך שטענדיק, שטענדיק
גיך אַרומגעפֿלויגן!

לייב קוויטקאָ (1890—1952)

געבוירן אין האָלאָסקאָוו, אַ שטעטל לעבן קריוואָיע אָזערע

אַ ריטשקעלע

מורמלט זיך אַ ריטשקעלע:
— מור, מור.
וואַרפֿט מען דעם אַ שטיינדעלע:
— בור, בור.
קומט אַהער אַ ציגעלע:
— היפּ, היפּ.
לאַדט דאָס אײַן דאָס ריטשקעלע:

— זיפּ, זיפּ...

פֿרילינג

וואָס קלאַפּן די קינדער
און זעגן און האַקן?
מע גרייט פֿאַר די געסט —
פֿאַר די שטאַרן — די שלאַקן.

די זון, זי שײַנט,
סע קומען די פֿרײַנט —
צעפּיקן, צעפֿליקן
אין סעדער די פֿײַנט!

דאָס קעצעלע

בײַ אונדז איז דאָ אַ קעצעלע
אַ קלייניקס — אַזאַ־אָ!
די מאַמע זאָגט, סע טויג אונדז ניט,
איך ווייס: מיר טויג עס יאָ!

אַזוי איז דאָס אַ שוואַרצינקס,
נאָר פֿיסלעך — ווײַס ווי שניי.
צוויי קליינע, קליינע וואָנצעלעך,
וואָס שטענדיק פּוצט עס זיי...

אַך, איז דאָס אַ לעבעדיקס,
איך שפּיל מיט דעם אין “האָפּ",
עס דראַפּעט מיר די הייזעלעך
און קריכט מיר אויף דעם קאָפּ.

חיים ביידער (1920—2003)

געבוירן אין שטעטל קופּעל

אַ רפֿואה

אַ לעפֿל — דעם טאַטן,
אַ לעפֿל — דער מאַמען.
— אָט זעסט? עס איז גאָרניט —
מע קאָן זיך ניט סמען!

יאַנקעלע, זײַן ניט קיין עקשן! —
מע בעט אים.
— יאַנקעלע, נעם כאָטש אַ קאַפּל! —
מע גלעט אים.

עס העלפֿט ניט קיין בעטן,
עס העלפֿט ניט קיין ריידן.
אַ לעפֿל — דער באָבען,
אַ לעפֿל — דעם זיידן.

אַ לעק — דעם הינטל,
אַ לעפֿל דעם קעצל...
— נאַ, קוציק! נאַ, מורקע.
ניט דריי מיט דעם קעפּל!

ביטער דעם טאַטן,
און ביטער דער מאַמען,
דער באָבען, דעם זיידן
און אַלע צוזאַמען.

די מאָרדעלעך וואַשן
דער הונט און די קאַץ,
נאָר יאַנקעלע וויל ניט —
כאָטש לייג זיך און פּלאַץ!

בנימין גוטיאַנסקי (1903—1956)

געבוירן אין דאָרף גלובאָטשעק, פּאָדאָליע

אַזאַ גלאָז...

אַלע ווייסן — ניט קיין נײַס:
גראָז איז גרין, און שניי איז ווײַס.
נאָר בײַ מיר, נאָר בײַ מיר —
וואָס איך זע, איז איין קאָליר!

ראָז דער טאַטע, ראָז די הון,
ראָז די כמאַרע, ראָז די זון,
און די גאַנצע וועלט איז ראָז
(ווײַל איך האָב אַזאַ מין גלאָז).