ליטעראַטור
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (‫אַמעריקע)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

די ייִדישע ליטעראַטור אין איר גאַנצער פּראַכט און פֿאַרמעג איז כּמעט ווי אומבאַקאַנט דעם אַמעריקאַנער לייענער, אַ חוץ דאָ און דאָרט אין איבערזעצונג. די סיבות דערפֿון זײַנען פֿילפֿאַכע. צווישן זיי, פֿאַרנאַכלעסיקונג. די איבערזעצונגען זײַנען אָפֿט מאָל נישט צוגעטראָפֿענע אין פּינטל. דער תּרגום־מײַסטער האָט אָפֿט מאָל נישט געקענט זיך אויף די אונטערשטע שורות, די אידיאָמאַטישע אויסדרוקן וואָס לאָזן זיך כּמעט ווי נישט איבערזעצן. דאָס איז דערפֿאַר, וואָס זיי ווערן איבערגעזעצט ס’רובֿ פֿון איבערגעגעבענע, אָבער נישט קיין ליטעראַרישע מענטשן, אָדער אפֿשר פֿון מענטשן, וואָס זײַנען נישט קיין קענער פֿון ביידע שפּראַכן און קולטורן גלײַך אויף גלײַך. דער עיקר, ייִדישע ליטעראַטור לײַדט פֿון אַ קולטורעלן תּהום צווישן מיזרח און מערבֿ.

אַ לייענער פֿון ייִדישער ליעטעראַטור מוז האָבן אַ מינימום פֿון ספּעציעלער אינפֿאָרמאַציע, זײַן גוט באַקאַנט מיט דער קולטור, פֿאַרמאָגן אַ גוטע פּאָרציע פֿון נײַגעריקייט, זײַן באַהאַוונט אין דער אייגענער ליטעראַרישער טראַדיציע, און זײַן גרייט אַרומצונעמען און צופּאַסן זיך צו אַן אומבאַקאַנטן אוניווערס וואָס שיידט זיך אָפּ פֿון זײַן אייגענעם.

מיט יאָרן צוריק, געדענק איך, האָט מיר אַבֿרהם שולמאַן, הומאָריסט און מיטאַרבעטער אין "פֿאָרווערטס", אַרײַנגעשושקעט אין אויער, אַז ייִדיש וועט לעבן, אָבער בלויז אין איבערזעצונג. ביז אַהער זעט מען, אַז דער ייִד האָט געהאַט אַ פֿאָרגעפֿיל, ווײַל ס’איז צו שטאַנד געקומען זײַן נבֿואה. גאַנצע ביכער מיט איבערזעצונגען פֿון ייִדישער פּאָעזיע דערשײַנען יעדן מאָנטיק און דאָנערשטיק אין דער דזשויִשקער וועלט. פֿאַראַן איבערזעצונגען וואָס האַלטן זיך אין דער ראַם פֿונעם אָריגינאַל. אַנדערע ווידער, לייגן אַרײַן דערין אַן אייגענע אויפֿנאַמע פֿון שפּראַך און קולטור. מיט איין וואָרט, מען קען דערבײַ אַרויסווײַזן די אייגענע פּאָעטישע ספּאָסאָבן — מעגלעכקייטן, הייסט עס — ווען מ’לענט זיך אָן אין יענעמס טאַלאַנט. איך האָב שוין גענוג געשריבן וועגן איבערזעצונגען. זייער זעלטן האָב איך זיך אָנגעטראָפֿן אויף באמת געלונגענע איבערזעצונגען, דער עיקר, בײַ איציק מאַנגערן, סוצקעווערן און גלאַטשטיינען. דער איבערזעצער דאַרף דערצו זײַן אויך אַ פּאָעט און דערפֿילן די שורות בחוש, ווי זיי וויגן זיך און מאַניען, ווי זיי שוועבן און דעקן אויף גאַנצע שפּײַכלער פֿון אײַנדרוקן און אַנטדעקונגען, פֿילאָסאָפֿיע און שפּילעוודיקייט, מיט אַן אייגנאַרטיקן אַרײַנבליק אין די דלתּ אַמותן פֿונעם ייִדישן פּאָעט און דערפֿילן דעם פּאָעטס שפּירעוודיקייט. צווישן זיי קומען מיר אויפֿן זינען אַהרן צייטלין און משה־לייב האַלפּערן.

דעריבער שאַץ איך אָפּ ווען עמעצער זעצט איבער פֿון ענגליש אויף ייִדיש דווקא. מיר האָבן אַ טראַדיציע פֿון איבערזעצונגען, אָנהייבנדיק פֿון שעקספּירן ביז פּושקינען. שוין אָפּגערעדט פֿון טאָלסטוי, דאָסטאָיעווסקין, אַלעקסאַנדער דימאַ, פֿלאַובער און הײַנע. ממש אַ גאַנצע פּלעיאַדע פֿון דער וועלט־ליטעראַטור. ווען איך האָב אַמאָל געלערנט אין ייִדישן לערער־סעמינאַר, האָבן מיר טאַקע געלערנט רוסישע און פֿראַנצויזישע ליטעראַטור אויף ייִדיש. איך בין דעמאָלט געווען פֿון די געבענטשטע צו האָבן אַזעלכע לערער ווי יצחק כאַרלאַש און נחום מינקאָוו, לערער וואָס זײַנען געווען אויסגעקאָכט אין דער וועלט־ליטעראַטור און אין פֿאַל פֿון מינקאָוון איז ער אַליין געווען אַ ייִדישער פּאָעט. ווען איך האָב געטאָן מײַן גראַדויִר־אַרבעט אין קאָלומביע־אוניווערסיטעט, האָב איך זיך געלערנט איבערזעצונג בײַ אַ מאָדנעם פּאַרשוין מיטן נאָמען נײַגרעשל. איך האָב געהערט, אַז ער שטאַמט אָפּ פֿון אַ ייִדישן שרײַבער און דווקא געווען אַ נישקשהדיקער איבערזעצער פֿון ייִדיש אויף ענגליש. דער קלאַס איז באַשטאַנען פֿון אַ צענדליק סטודענטן. אָבער דער לערער האָט זיך דעמאָלט אָנגעזעצט אויף אַ ישׂראלדיקן סטודענט, און אים אַזוי דערגאַנגען די יאָרן, אַז יענער האָט געמוזט פֿאַרלאָזן דעם קורס. דער צווייטער לערער פֿון איבערזעצונג איז געווען לענאַרד וווּלף. יענער האָט אַמאָל אַרײַנגעברענגט אין קלאַס מיט גרויס פּאַראַד, אַן איבערזעצונג פֿון חומש. איך האָב זיך געוווּנדערט, ווײַל ס’איז נישט געווען יהואשעס פּאָעטישע ייִדישע איבערזעצונג פֿונעם תּנ"ך, נאָר אַן איבערזעצונג, וואָס עס האָבן אַמאָל געמאַכט די מיסיאָנערן. מיך האָט עס שטאַרק געאַרט און אַז עפּעס אַרט מיך, לאָז איך עס נישט אַדורך אַזוי גלאַטיק. לענאַרד וווּלף האָט אויך איבערגעזעצט אַ סך פֿון איציק מאַנגער, און ער האָט זיך פֿאַרטרויט פֿאַר מיר אַמאָל, אַז ער האָט גערעדט ייִדיש מיט זײַן באָבען ביז דער עלטער פֿון זעקס. און אַז ער האָט נישט פֿאַרשטאַנען די לעצטע שורה אין מאַנגערס מגילה־לידער — דער עיקר, די לעצטע שורה פֿון "זײַט זשע ייִדן שאַ און שטיל", וואָס האָט זיך געלייענט "און המן הרשע, דער לאַטיק" — האָט ער זי בכלל אויסגעלאָזט.

איך קען אַ פֿרוי אין קאָלומביע־אוניוועסיטעט מיטן נאָמען אַננאַ פֿריילעך־זאַיאָנץ. זי איז פּראָפֿעסאָר פֿון דער פּוילישער שפּראַך. מיר פֿאַרגלײַכן זיך אָפֿט מאָל מיט דער צאָל סטודענטן, וואָס מיר פֿאַרמאָגן אין די קלאַסן. איך ווייס, אַז זי שרײַבט פּאָעזיע אויף פּויליש. איר ייִדיש הינקט אונטער, צוליב כּמה־וכּמה טעמים. אַ קינד פֿון דער מלחמה, אויפֿגעצויגן אין פּוילן נאָך דער מלחמה, איז דאָס פּויליש איר אַרײַן אין די ביינער. זי האָט שוין געוווּנען אַ שלל מיט פּריזן און אָנערקענונגען פֿון דער פּוילישער רעגירונג פֿאַר אירע שריפֿטן און ביכער. אין איר טליִעט דער פּאָעט, און אַזוי ווי איך קען נישט קיין פּויליש — און איר ווייסט דאָך שוין ווי איך באַצי זיך צו פּוילן בכלל, מיט די פּאָליאַקן בפֿרט — בין איך נישט באַקאַנט מיט איר שאַפֿונג. זי איז אָבער אַ ליבער מענטש, אַ סימפּאַטישע דאַמע. אַלע מאָל מיט אַ שמייכל און מיר לערנען בשכנות אינעם אוניווערסיטעט, אין דער האַמילטאָן־האָל־געבײַדע. דער בנין איז אײַנגעטיילט אויף גערמאַנישע, סלאַווישע און ראָמאַנטישע שפּראַכן. אויף מײַן שטאָק, געפֿינט זיך דווקא די פּראָפֿעסאָרשע פֿון פֿיניש. איר אַנטציקונג פֿאַר דער פֿינישער שפּראַך און מיטאָלאָגיע איז נישט אָפּצושאַצן. יעדעס יאָר האָט זי אַדורכגעפֿירט אַ טאָג פֿון לייענען די "קאַליוואַלאַ," די פֿינישע ליטעראַרישע לעגענדע. זי האָט יעדעס יאָר געווידמעט איין טאָג ווען מען האָט די "קאַליוואַלאַ" געלייענט אין פֿאַרשיידענע איבערזעצונגען, און איך האָב עס געלייענט אויף ייִדיש פֿאַר אַ פֿאַרזאַמלטן עולם. אויפֿן סלאַווישן פֿראָנט איז שטיל. זעט אויס, עס ווענדט זיך אין די לערער צוצוטראַכטן און האָבן אײַנפֿאַלן ווי צו פֿאַרשפּרייטן זייער פֿרעמדשפּראַכיק לשון. דער עיקר, מען זאָל הערן ווי עס קלינגט און ווי עס זינגט זיך. איך האָב די לערערין אײַלין אַלע מאָל אָפּגעשאַצט פֿאַר אירע אונטערנעמונגען לגבי פֿיניש.

בײַ אונדז, אין דער גערמאַנישער אָפּטיילונג, וווּ איך לערן, קומען זעלטן פֿאָר ייִדישע אונטערנעמונגען, און אויב שוין יאָ, איז עס קלעזמער. איז אַזוי. אויב מען מאַכט דעם אָוונט עקסקלוסיוו אויף ייִדיש וועט קומען אַ דראָבנער עולם ייִדיש־קענער. אויב מען מאַכט אַ ייִדישן אָוונט געווידמעט איבערזעצונגען, וואָלט אפֿשר זיך באַוויזן אַ גרעסערער עולם. ביז אַהער האָט מען עס נאָך נישט באַוויזן. יאָ, ס׳איז פֿאַראַן אַ קורס פֿון ענגלישער איבערזעצונג פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור, און סטודענטן זײַנען דווקא יאָ פֿאַראינטערעסירט.

און איצט קער איך זיך אום צו אַננאַ פֿריילעך־זײַאָנץ. אַזוי ווי איר שווער קען אַ תּכליתדיקן ייִדיש און, זעט אויס, ער קען גוט פּויליש אויך, האָט ער גרויס הנאה פֿון זײַן שנורס שעפֿערישקייט. דער ייִד שפּאַרט שוין אָן צו זײַנע אַריכת־ימים, אָבער ער איז זשוואַווע און פֿול מיט לעבן. פֿון צײַט צו צײַט דערמאָנט ער מיר, אַז אַננאַ שרײַבט פּאָעזיע אויף פּויליש. אָבער ווען איך הער פּויליש האָב איך דערפֿון אַ ווידערווילן. אָבער דער ייִד האָט זיך מטריח געווען און איבערגעזעצט אויף ייִדיש צוויי פֿון אירע לידער, בין איך שוין ווייכער געוואָרן ווען איך האָב זיי איבערגעלייענט און דערזען, אַז אַננאַ איז אַן אמתע פּאָעטעסע. אַ שאָד וואָס זי שרײַבט נישט אויף ייִדיש. נאָר ווען זי וואָלט געשריבן אויף ייִדיש וואָלט אונדזער מדינה און קיין שום ייִדישע אָרגאַניזאַציע איר נישט צו הילף געקומען בײַם דרוקן און אָנערקענען איר טאַלאַנט. ברענג איך אײַך אַ פּאָר פֿון אירע לידער, בלויז טועם צו זײַן פֿון איר פּאָעזיע.

אין מידבר

ס’איז גאָרנישט פֿאַראַן אינעם מידבר.
אַפֿילו קיין שטויבעלע זאַמד נישט —
בלויז פֿאַרקריצטע ווינטשפּורן פֿון אַן עפּאָכע.

ס’איז גאָרנישט פֿאַראַן אינעם מידבר.
בלויז דער ווייטיק פֿון די נבֿיאים,
וואָס קלעטערט פֿאַראומערט און הינקט איבער די פֿעלדזן.

ס’איז גאָרנישט פֿאַראַן אינעם מידבר.
בלויז בעדויִנער וואָס פֿיטערן שוואַרצע ציגן,
אין די פֿאַרטריקנטע טײַך־קאָרעטעס.
(מיט קאָרעטעס מיינט מען שיסלען צו וואַשן וועש)

בולבעס

נישט וויסנדיק פֿאַרוואָס און פֿון וואַנען,
דער ווינט טראָגט אַזעלכע שפּורן פֿון פֿאַרפֿוילטע קאַרטאָפֿל.
ס’איז אָקטאָבער. ס’איז אמת —
אָבער עס איז ווײַט פֿון דאַנען צו די קאַרטאָפֿל־פֿעלדער.

אַוודאי זײַנען נאָך פֿאַרבליבן געוויסע קאַרטאָפֿל,
אויף דעם לאָנג־אײַלענדער לאַנגן אינדזל,
וווּ עס איז אַמאָל געווען איין גרויס קאַרטאָפֿל־פֿעלד.

און אפֿשר האָט טאַקע אויסגעזען די גרויסע דעפּרעסיע,
פֿון וועלכער מען רעדט אָן אַ שיעור.
אפֿשר האָט אַזוי געשמעקט די ערד —
איידער מען האָט זי אַנטדעקט.

די קליינע, ברוינע בולבע לאָזט זיך באַקן און מ’קען זי עסן.
מ’קען מיט איר אָנזעטיקן סטאַדעס, טשערעדעס און פֿעלקער.
אפֿשר האָט טאַקע אַמעריקע אַזוי געשמעקט —
איידער מען האָט זי אַנטדעקט.


אַננאַ פֿריילעך־זאַיאָנץ איז געבוירן געוואָרן אין 1942. זי איז פּראָפֿעסאָר פֿון דער פּוילישער שפּראַך און ליטעראַטור אין קאָלומביע־אוניווערסיטעט.

איבערגעזעצט פֿון פּויליש: מיכאל זאַיאָנץ