קולטור־געשיכטע

א

עמעצער האָט מיט אַ יאָרהונדערט צוריק (צי פֿריִער) אַ זאָג געטאָן, אַז ייִדן האָבן ניט געהאַט קיין קינדער. מע האָט געהאַט קליינע ייִדעלעך אָן בערד. געזאָגט איז עס געוואָרן אין שײַכות מיט קינדער-ליטעראַטור אויף ייִדיש; פּינקטלעכער — אַזאַ ליטעראַטור האָט כּמעט ניט עקזיסטירט ביזן אָנהייב פֿון 20סטן יאָרהונדערט. ייִדישע ייִנגלעך האָבן געדאַרפֿט גיין אין חדר, וואָס איז, פֿאַרשטייט זיך, ניט געווען קיין אָרט פֿאַר קינדער-ליטעראַטור. מיידלעך האָט מען אויך געלערנט ניט פֿון קינדער-ביכעלעך.

עס זײַנען אויך ניט געווען קיין שולן, וווּ מע זאָל לערנען אַריטמעטיק, געשיכטע און אַנדערע לימודים אויף ייִדיש. אין רוסלאַנד האָט מען אַזעלכע שולן ניט דערלויבט צו עפֿענען. די רעגירונג האָט געוואָלט אַסימילירן די ייִדן, דערפֿאַר האָט מען אויף ייִדישע לערן-אינסטיטוציעס געקוקט קרום. רעליגיעזע שולן, אַזעלכע ווי אַ חדר צי אַ ישיבֿה, האָט מען טאָלערירט. אָבער אַריטמעטיק, געשיכטע וכ׳ האָט מען געדאַרפֿט לערנען אויף רוסיש.

מע קען ניט זאָגן, אַז די ייִדישע מאַסן האָבן געחלומט וועגן ייִדישע שולן. גאָר פֿרומע עלטערן, בפֿרט די אָרעמע, האָבן געהאַט גענוג אַנדערע דאגות. אַ שוסטער צי אַ שנײַדער האָט געוואָלט, אַז די קינדער זאָלן וואָס גיכער זיך אויסשלאָגן דאָס ביסל פּרנסה און לינדערן די לאַסט אויף די פּלייצעס פֿון זייערע עלטערן. דעם מצבֿ אילוסטרירט, למשל, דער אויספֿרעג אין דער שטאָט באָברויִסק (ווײַסרוסלאַנד), דורכגעפֿירט ערבֿ דער ערשטער וועלט־מלחמה. צווישן די 657 אויסגעפֿרעגטע בעל-מלאָכות האָבן 339 ניט געקענט לייענען און שרײַבן אויף רוסיש.

די מער אויפֿגעקלערטע ייִדן האָבן געוואָלט געבן זייערע קינדער אַ גוטע בילדונג. דאָס האָט געמיינט אַ רוסישע בילדונג. ווײַל אַ מענטש, וואָס האָט פֿאַרענדיקט אַ רוסישע שול צי, נאָך בעסער, אַ רוסישן אוניווערסיטעט, האָט געקענט באַקומען אַ בעסער אָרט אין דער געזעלשאַפֿט. ייִדיש ווי אַ שפּראַך פֿון מאָדערנער בילדונג איז אויפֿגעקומען בלויז מיט אַ יאָרהונדערט צוריק.

ב

וועגן ייִדיש אין ניט-רעליגיעזע שולן האָט מען גענומען רעדן ערנסט ערשט אין דער צײַט פֿון דער ערשטער רוסישער רעוואָלוציע, 1905—1907. ס׳איז בכלל געווען אַ טומלדיקע צײַט. אין די געשעענישן האָבן זיך צום ערשטן מאָל אַקטיוו באַטייליקט אויך ייִדישע פּאַרטייען און גרופּירונגען. יעדע פֿון זיי האָט געקוקט אויף דער וועלט דורך אַן אייגענער אידעאָלאָגישער פּריזמע. אָבער אָפֿט מאָל האָט זיי פֿאַראייניקט די אידעע פֿון בויען אַ מאָדערנע ייִדישע נאַציע, מיט אַן אייגענער קולטור, בילדונג און, אפֿשר, אַפֿילו עקאָנאָמיע און טעריטאָריע; און — אַן אייגענער שפּראַך.

אַרום דער פֿראַגע פֿון שפּראַך האָט מען זיך געקריגט. אָבער אַ היפּשער טייל אַקטיוויסטן זײַנען געוואָרן אָנהענגער פֿון ייִדיש-בילדונג. אין 1911 האָט זיך באַוויזן די ערשטע שול אין רוסלאַנד, וווּ ניט-רעליגיעזע לימודים האָט מען געלערנט אויף ייִדיש. דאָס איז געווען אין דעמיִעווקע, אַ ייִשובֿ לעבן קיִעוו (הײַנט איז עס אַ טייל פֿון דער שטאָט). די שול — פֿאַר מיידלעך — איז געווען ניט קיין לעגאַלע. דעם היגן פּאָליציאַנט האָט מען "אונטערגעשמירט", דאָס הייסט, געגעבן כאַבאַר, ער זאָל זיך מאַכן ניט־וויסנדיק.

ביסלעכווײַז האָבן זיך באַוויזן אַנדערע שולן. און ערבֿ דער ערשטער וועלט-מלחמה האָט די רוסישע רעגירונג שוין אָפֿיציעל דערלויבט צו עפֿענען אַזעלכע שולן. בכלל, די ערשטע וועלט-מלחמה, וואָס האָט זיך אָנגעהויבן מיט 95 יאָר צוריק, אין אויגוסט 1914, איז געוואָרן אַ שטאַרקער קאַטאַליזאַטאָר פֿאַר ייִדישער בילדונג. אַ פּאַראַדאָקסאַלער פֿאַקט!

אויף די טעריטאָריעס, וואָס די דײַטשישע אַרמיי האָט אָקופּירט, זײַנען די רוסישע שולן פֿאַרמאַכט געוואָרן, בעת די ייִדישע שולן האָט מען דערלויבט. אין רוסלאַנד גופֿא, האָט מען בעת דער מלחמה געעפֿנט ייִדישע שולן, בפֿרט אין די ייִשובֿים, וווּ עס האָבן זיך באַזעצט די פּליטים. צווישן די פּליטים האָבן אַ גרויסע אַרבעט געפֿירט די געהילף-אָרגאַניזאַציעס, וווּ עס זײַנען געווען אַקטיוו אַ סך סאָציאַליסטן-ייִדישיסטן.

ג

די ערשטע ייִדישע שול (אָדער "שולע" — כּדי ניט פּלאָנטערן מיט דאַוונשול), געשאַפֿן דורך פּועלי-ציוניסטן, האָט זיך באַוויזן אין ניו-יאָרק אין 1910. אָבער דער מצבֿ פֿון ייִדישער בילדונג אין אַמעריקע האָט זיך ראַדיקאַל געביטן ערשט מיט יאָרן שפּעטער. באַזונדערס שטאַרק האָט זיך עס דערפֿילט ווען דער "אַרבעטער-רינג", אַ שוועסטער-אָרגאַניזאַציע פֿונעם "פֿאָרווערטס", האָט אָנגעהויבן זיך באַשעפֿטיקן מיט דעם ענין. און דאָס איז געווען אַ לאַנגער פּראָצעס.

מיט 105 יאָר צוריק, דעם 17טן אויגוסט 1904, האָט דער "פֿאָרווערטס" פֿאַרעפֿנטלעכט אַ מודעה וועגן אַ צונויפֿקומעניש פֿון דער בילדונג-קאָמיסיע, געשאַפֿן בײַם "אַרבעטער-רינג". אָבער די דאָזיקע קאָמיסיע האָט קיין מזל ניט געהאַט, ווײַל פֿאַר אירע פּראָיעקטן האָט דער "אַרבעטער-רינג" ניט אויסגעטיילט קיין געלט. עס זײַנען אויך געווען שטאַרקע אידעאָלאָגישע קעגנער פֿון לערנען קינדער אויף ייִדיש. ניט ווייניק סאָציאַליסטן האָבן עס געהאַלטן פֿאַר נאַציאָנאַליזם.

אָבער סאָציאַליזם און ייִדישיזם האָבן צו יענער צײַט שוין שלום געמאַכט אין אידעאָלאָגישע מאָדעלן פֿון אַ היפּש ביסל אַנדערע לײַט. חיים זשיטלאָווסקי, אַ צענטראַלע פֿיגור פֿון אַזעלכע ייִדישיסטיש-געשטימטע סאָציאַליסטן, האָט געטענהט אַז:

ערשטנס, דאַרף מען קוקן דעם אמת אין די אויגן און אָנערקענען דעם פֿאַקט, אַז מענטשן זײַנען צעטיילט אויף פֿעלקער, און ייִדן זײַנען אויך אַ פֿאָלק.

צווייטנס, מוז די ייִדישע אינטעליגענץ זײַן ייִדיש און ניט (אַ שטייגער) טערקיש.

דריטנס, דאַרף מען פֿאַרשטיין, אַז קאָסמאָפּאָליטיזם און אינטערנאַציאָנאַליזם זײַנען פֿאַרשיידענע זאַכן. דער "אַרבעטער-רינג" איז אַ ייִדישע אָרגאַניזאַציע מיט אַן אינטערנאַציאָנאַלן כאַראַקטער, אָבער זי איז ניט קאָסמאָפּאָליטיש.

אויף אָט דעם אידעאָלאָגישן באָדן האָט מען, זינט 1918, גענומען בויען אַ סיסטעם פֿון ייִדישע שולן. אָבער בעת אין מיזרח-אייראָפּע האָט מען אַנטוויקלט פֿולע ייִדישע שולן, האָבן ס׳רובֿ אַמעריקאַנער ייִדישע שולן געהאַט אַ צוגאָב-כאַראַקטער — קינדער האָבן זיך אין זיי געלערנט נאָך מיטאָג, דאָס הייסט, נאָך די קלאַסן אין די רעגולערע אַמעריקאַנער שולן.