- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
טײַערע חזנטע, די יום־טובֿים קומען אָן, און די צײַט אָפּצוגעבן אַ דין־וחשבון. אָבער ס׳איז דאָ איין זאַך וואָס קוועטשט מיך — עס פֿאַלט מיר נישט אײַן וואָס פֿאַר אַ זינד איך בין באַגאַנגען. דאָס קלינגט זייער עגאָיִסטיש, אָבער דאָס איז נישט מײַן מיין. איך בין 19 יאָר אַלט, איך טרינק נישט, נעם נישט קיין נאַרקאָטיק, און סעקס איז בײַ מיר אַן ערנסטער ענין. איך אַרבעט שווער אין שול, האַלט כּשר, און בין, מער ווייניקער שומר־שבת (מסתּמא וואָלט איך געקענט וואַרטן אַ ביסל לענגער ווען די זון זעצט זיך שבת־צו־נאַכטס). איך הרגע און באַשווינדל קיינעם נישט; איך גנבֿע נישט. איך בין אַ סימפּאַטישער בחור וואָס קומט אויס מיט יעדן איינעם. טאָ פֿאַר וואָס זאָל איך בעטן מחילה, אַז איך האָב נישט קיין שום חטא? סאַראַ מענטש בין איך! טײַערער "סאַראַ מענטש בין איך", ס׳איז טאַקע דאָ וואָס אײַך מקנא צו זײַן — איר קענט געבן אַ צוריקבליק אויפֿן פֿאַרגאַנגענעם יאָר און נישט האָבן קיין חרטה. ס׳רובֿ מענטשן פֿילן זיך נישט שולדיק אין גרויסע, שרעקלעכע זינד — מיר זענען דאָך נישט קיין מערדער, רויבער אָדער גנבֿים. מיר זענען בעצם אַלע גוטע מענטשן, כּמעט די גאַנצע צײַט (אַזוי וויל איך כאָטש גלייבן!) אַנשטאָט אויסצוזוכן אײַערע זינד, וואָלט מער פּאַסיק געווען, ווען איר טראַכט ווי איר קענט זיך פֿאַרבעסערן. ווי פֿאַרברענגט איר די פֿרײַע צײַט? אפֿשר קענט איר ווערן אַ וואָלונטיר? גיט איר צדקה? קלינגט איר אָן אָדער זענט איר מבֿקר חולה אײַערע קראַנקע אָדער אַלטע קרובֿים? צי איז עס פֿאַראַן איינער אין אײַער משפּחה וואָס נייטיקט זיך, מע זאָל אים אַרויסהעלפֿן? מיר זינדיקן נישט נאָר מיט בפֿירושע זינד, נאָר אויך מיט דעם וואָס מיר טוען נישט דאָס בעסטע, דאָס לײַטישסטע, וואָס מיר קענען. אַ כּתיבֿה־וחתימה־טובֿה! טײַערע חזנטע, איך בין זייער אַ גוטע קעכין. איך בין שטאָלץ, וואָס איך קען קאָכן אַזוינע געשמאַקע מאָלצײַטן פֿאַר מײַן משפּחה. מײַנע פֿיר קינדער זענען אויפֿגעוואַקסן מיט אַ ליבשאַפֿט צו עסן, און איצט, קענען מײַנע 6 אייניקלעך זיך קוים דערוואַרטן אויפֿן שבת־טיש בײַ זייער באָבען. מײַן מאַן, עליו־השלום, האָט זיך באַרימט פֿאַר דער גאַנצער וועלט, אַז זײַן פֿרוי איז געווען די בעסטע קעכין, און אונדזערע פֿרײַנד האָבן אַלע געוואָלט, מע זאָל זיי פֿאַרבעטן צו אונדז אויף וועטשערע. שוין 8 יאָר וואָס איך בין אַן אַלמנה און איך האָב לעצטנס זיך באַקענט מיט זייער אַ פֿײַנעם מאַן. מיר פֿאַרברענגען גוט צוזאַמען, אָבער ער איז אַ וועגעטאַריער און אַ משוגענער אָנהענגער פֿון "געזונטע מאכלים". ער האַלט, אַז איך קאָך מיט צו פֿיל פֿעטס און זעלטן פֿאַרזוכט ער פֿון מײַן קאָכן. איך ענטפֿער אים, אַז אַ ביסל פֿעט אויף זײַנע מאָגערע ביינער וואָלט אים נישט געשאַט! ווי אַזוי קען איך אים איבעררעדן צו עסן פֿון מײַנע מאכלים? אַ גוטע באַלעבאָסטע טײַערע גוטע באַלעבאָסטע, אַ שאָד, וואָס איר קענט נישט "צושיקן אַ טעם" פֿון אײַער געקעכטס צוזאַמען מיטן בריוו! זעט אויס, אַז אײַער פֿעיִקייט ווי אַ קעכין איז אַ וויכטיקער טייל פֿון אײַך. איר האָט ליב צו קאָכן און איר האָט הנאה צו האָדעווען אַנדערע און צו זען, ווי זיי האָבן הנאה פֿון אײַערע "שאַפֿונגען". דעריבער טוט וויי ווען איינער, וואָס איר האָט אים ליב, זאָגט זיך אָפּ צו פֿאַרזוכן אײַערע מאכלים און איר טײַטשט עס אויס, ווי ער האַלט נישט פֿון אײַך, דעם מענטש. איך בין זיכער, אַז מע קען געפֿינען אַ פּשרה. איר דאַרפֿט אויסניצן מער וועגעטאַרישע און "געזונטע" רעצעפּטן, און ער וועט זיי ליב באַקומען און אײַך דאַנקען. בנוגע די פֿליישיקע, פֿעטע מאכלים — איך בין זיכער, אַז עס זענען פֿאַראַן אַנדערע בעלנים, וואָס וואָלטן געווען גרייט זיי צו פֿאַרשלינגען בײַ אַ שבת־טיש.
* * *
|