טײַערע חזנטע,
איך בין נישט קיין רעליגיעזער ייִד, אָבער איך נעם אָנטייל אין אַלע ייִדישע יום־טובֿים, בפֿרט די ימים־נוראָים. די לעצטע עטלעכע חדשים זענען געווען שווערע פֿאַר מיר, צוליב גרויסע ווייטיקן אין מײַן פּלייצע. איך האָב בדעה געהאַט צו פֿאָרן מיט מײַן מאַן אויף אַ וואַקאַציע לכּבֿוד מײַן 50־יאָריקן געבוירן־טאָג, אָבער אין דער לעצטער מינוט זענען מיר נישט געפֿאָרן צוליב די ווייטיקן. במשך פֿונעם זומער, האָב איך אַזוי פֿיל זאַכן נישט געקענט אויפֿטאָן, אַז די חדשים זענען פֿאַרבײַ מיט גרויס אַנטוישונג. מײַן מאַנס משפּחה גרייט צו אַ ראָש־השנהדיקע סעודה אין פֿילאַדעלפֿיע, עטלעכע שעה פֿון אונדז, אָבער עס קומט מיר אָן צו שווער צו זיצן אין אויטאָ אַזוי פֿיל צײַט. איך וויל נישט, אַז ער זאָל נישט קענען פֿאַרברענגען ווי ער וויל בעת די יום־טובֿים. וואָס זאָל איך טאָן? זיך מוטשען און פֿאָרן אַהין פֿאַר זײַנעט וועגן? אים לאָזן בלײַבן אין דער היים מיט מיר, ווי ער האָט פֿאָרגעלייגט, און זיך פֿילן שולדיק? אָדער זאָל איך אים הייסן פֿאָרן אַליין, אָן מיר, און זיך פֿילן אומעטיק, וואָס איך בלײַב אַליין אין דער היים?
ראָש־השנה שאלה
טײַערע ראָש־השנה שאלה,
קודם־כּל, ווינטש איך אײַך אַ רפֿואה־שלמה. כ׳האַלט, אַז קיינער דאַרף נישט פֿאַרברענגען ראָש־השנה אַליין. כאָטש איר ווילט נישט צוריקהאַלטן אײַער מאַן, וועט איר זיך פֿילן עלנט און דערשלאָגן ווען איר בלײַבט אַליין אין דער היים. אויב איר קענט פֿאַרטראָגן דאָס פֿאָרן איין וועג צו די קרובֿים אין פֿילאַדעלפֿיע, נעכטיקט איבער בײַ זיי די נאַכט. אַזוי צי אַזוי, בעסער צו פֿאַרברענגען ראָש־השנה מיט משפּחה. לשנה־טובֿה.
טײַערע חזנטע,
מײַן טאַטע לאָזט מיך נישט פֿאַרבעטן מײַן ייִנגל אין אונדזער שטוב אויפֿצופֿאַסטן נאָך יום־כּיפּור. פֿאַר וואָס? דודן האָט מען דערצויגן ווי אַ ייִד; ער האָט געהאַט אַ ברית, אַ בר־מיצווה, און ער פּראַוועט די ימים־טובֿים. ער האָט אַפֿילו אויסגעקליבן ייִדישע שטודיעס ווי אַ לימוד אין אוניווערסיטעט. זײַן טאַטע איז אַ ייִד, זײַן מאַמע נישט. ער ווייסט, אַז אויב מיר וואָלטן חתונה געהאַט, וואָלט ער זיך געדאַרפֿט מגייר זײַן. כאָטש ער איז אַ רעפֿאָרם־ייִד, וואָלט ער זיך מגייר געווען לויט דער אָרטאָדאָקסישער טראַדיציע. אָבער מײַן פֿרומער טאַטע וויל זיך אַפֿילו נישט באַקענען מיט אים און זאָגט, אַז איך חבֿר זיך מיט אַ גוי. איך ווער אַזוי צערודערט פֿון דעם. ווי קען איך איבערצײַגן מײַן טאַטן, ער זאָל פֿאַרשטיין מײַן מיינונג. זײַן וועלט איז שוואַרץ און ווײַס.
אַ וווילע ייִדישע־טאָכטער
טײַערע וווילע ייִדישע־טאָכטער,
עס קלינגט, ווי דאָס איז אַ סענסיטיווער ענין פֿאַר אײַער טאַטן און פֿאַר אײַך. האָב איך צוויי פֿאָרלייגן: רעדט מיט אים און זאָגט אים, אַז איר דאַרפֿט געפֿונען אַ צײַט, ווען מע קען דאָס אַרומרעדן. זאָגט אים, אַז איר ווילט זיך נישט אויסטענהן מיט אים, אָבער מע דאַרף פֿירן אַן ערלעכן שמועס. הערט זיך צו צו אים, אָן אים איבערצורײַסן, און איידער איר ענטפֿערט, און דערנאָך בעט אים, ער זאָל זיך צוהערן צו אײַך מיט געדולד. אפֿשר קענט איר אים איבערצײַגן, אַז, עס קען זיך אַזוי טרעפֿן, אַז אײַער חבֿר וועט אַמאָל זײַן זײַן איידעם, און גיין מיט אײַך אונטער דער חופּה; און אויב ער איז אומפֿרײַנדלעך איצט, וועלן די משפּחהדיקע באַציִונגען לײַדן שפּעטער.
מײַן צווייטער פֿאָרלייג: ווענדט זיך צו אײַער מאַמען. אויב זי שטיצט אײַער פּאָזיציע, קען זי אפֿשר האָבן אַ השפּעה אויפֿן טאַטן. זאָל זײַן מיט מזל און אַ גוט־יאָר!
טײַערע חזנטע,
איר זײַט אַ חזנטע, וועט איר פֿאַרשטיין. איך וועל זײַן דער שליח־ציבור צו שחרית דעם קומעדיקן יום־כּיפּור. איך האָב מורא, אַז אָן וואַסער, וועט מײַן שטים נישט האָבן קיין כּוח. האָט איר עצות פֿאַר מײַן קול, איך זאָל קענען גוט דאַוונען און זינגען יום־כּיפּור?
שליח־ציבור
טײַערער שליח־ציבור,
כאָטש איר פֿרעגט מיך נישט וועגן ליבע און פֿרײַנדשאַפֿטן, קען איך אײַך ענטפֿערן מיט עטלעכע עצות. בעת די דרײַ טעג פֿאַר יום־כּיפּור טרינקט וואַסער נאָר פֿון שטוב־טעמפּעראַטור, כּדי דער גוף זאָל זײַן גוט "באַוואַסערט". אויב איר טרינקט געוויינטלעך אַ סך קאַווע, באַגייט זיך אָן דעם געטראַנק צווישן ראָש־השנה און יום־כּיפּור, איר זאָלט נישט באַקומען קיין קאָפּווייטיק. וואַרעמט אָן דאָס קול אין דער פֿרי איידער איר גייט אין שיל און דאַוונט מיט כּוונה און מיטן גאַנצן האַרצן.
* * *
איר האָט שאלות אין "הלכות־ליבע?" שיקט אַ בריוו — אויף ייִדיש אָדער ענגליש — צו חזנטע סלעק:
HazzanAri@yahoo.com
אָדער
Cantors Office
10400 Wilshire Blvd
Los Angeles, CA 90024