שאלות און תּשובֿות אין "הלכות ליבע"

טײַערע חזנטע,

דאָס נײַע יאָר האָט זיך ערשט אָנגעהויבן. איך האָב זיך געגעבן אַ נדר, אַז דאָס יאָר וועל איך זיך נישט פֿאַרלירן, און כ'וועל האַלטן אַן אויג אויף אַלץ וואָס איך דאַרף אויפֿטאָן — מײַן סדר־היום, מײַן אַרבעט, די קינדער אאַ״וו. געוויינטלעך, פֿיל איך ווי דער דאַך פֿאַלט אַראָפּ אויף מיר, אָבער דאָס יאָר האָב איך געוואָלט אָנהייבן אַלץ פֿון ס'נײַ. אָבער עס האָט נישט לאַנג געדויערט און — איך האָב פֿאַרגעסן וועגן אַ באַשטעלונג בײַ דער אַרבעט; מײַן זון האָט זיך פֿאַרקילט און איך האָב געדאַרפֿט איבערדרייען מײַן טאָג, כּדי צו זײַן מיט אים; די סוכּה־באַצירונגען זענען פֿאַרפֿוילט געוואָרן און מע דאַרף קויפֿן נײַע. ווי זאָגט מען — מע וואָלט געקענט לעבן, נאָר מע לאָזט נישט — און דאָס יאָר האָט זיך ערשט אָנגעהויבן! ווי קען איך בײַקומען דאָס געפֿיל, אַז איך ווער פּריטשמעליעט פֿונעם לעבן ווי אַ פּריטשמעליעטע?

אויסגעמאַטערטע מאַמע


טײַערע אויסגעמאַטערטע מאַמע,

קודם־כּל, דאַרפֿט איר שאַפֿן אַן אָרגאַניזיר־סיסטעם וואָס זאָל טויגן פֿאַר דער גאַנצער צײַט. צי איר ניצט אַ "בלאַקבערי", "מיקראָסאָפֿט־אַוטלוק", צי אַן אַלט־מאָדישע פּלאַניר־העפֿט, איז אײַער לעבן זייער פֿאַרנומען און מע דאַרף קענען פֿאַרמאָגן אַ קלאָרן פֿאָרמאַט פֿאַרן טאָג־טעגלעכן פּלאַן. יעדן אין־דער־פֿרי פֿאַרשרײַבט די רעאַליסטישע צילן פֿונעם טאָג. ווען מעגלעך, בעט, אַז די אַנדערע זאָלן טאָן וואָס זיי קענען צו העלפֿן. אויב אײַערע קינדער זענען עלטער פֿון דרײַ יאָר, קענען זיי דאָך אַליין איבערנעמען די "אַרבעט" פֿון באַצירן די סוכּה! צום סוף, דאַרף מען געדענקען, אַז ס'וועט אַלע מאָל זײַן אַ סך אויפֿצוטאָן. אויב איר קענט דורכפֿירן די נייטיקע זאַכן מיט אַ שמייכל, וועט איר פֿילן מער רויִקייט אין אײַער לעבן.


טײַערע חזנטע,

מײַן חבֿר און איך זענען שוין אַ פּאָרל 7 חדשים. דוד איז אַ מצליחדיקער אַדוואָקאַט און אַ מוסטער פֿון אַ חבֿר. אָבער איך פֿיל, אַז איך קען אים באמת נישט. ער איז מיר נאָענט און ווײַט אין דער זעלבער צײַט. ער האָט אַן אינטערעס צו מיר, אָבער דערציילט ווייניק וועגן זיך. ווען איך פֿרעג אים פּערזענלעכע פֿראַגעס, ענטפֿערט ער, אָבער גיט קיין מאָל נישט אָן קיין איבעריקע פּרטים. דוד איז געקומען אויף דער וועטשערע ראָש־השנה צו מײַנע טאַטע־מאַמע און ער איז יעדן געפֿעלן — און פֿאַר וואָס נישט? ער איז אַ בן־יחיד און נישט נאָענט צו זײַנע טאַטע־מאַמע אָדער משפּחה, און האָט נאָך נישט דערמאָנט די מעגלעכקייט, אַז איך זאָל זיך באַקענען מיט זיי. ווען איך פֿרעג פֿאַר וואָס ער איז נישט נאָענט צו זיי, גיט ער אַ צי מיט די פּלייצעס — און פֿאַרטיק. דוד טרינקט אין קרעטשמעס מיט אַנדערע אַדוואָקאַטן נאָך דער אַרבעט, אָבער ער האָט נישט קיין נאָענטע חבֿרים פֿון זײַנע קינדער־יאָרן, קאָלעדזש אָדער יוריספּרודענץ־שול; ער האָט נישט קיין פֿאַרבינדונגען מיט זײַן געבוירן־שטעטל, ווי ווײַט איך זע. ער האָט מיר קיין מאָל נישט געזאָגט קיין ליגן, אָבער אין האַרצן האָב איך אַ פּײַנלעך געפֿיל וועגן אונדזער פֿרײַנדשאַפֿט און איך ווייס נישט פֿאַר וואָס. אפֿשר האָט ער שטאַרק געזינדיקט, אָדער באַגאַנגען אַ שרעקלעכע עוולה קעגן עמעצן? אפֿשר שטאַמט ער פֿון אַ משפּחה וועלכע האָט אים געפּײַניקט? אפֿשר איז ער נישט דער מענטש וואָס ער זאָגט ער איז? איך האָב מורא נעענטער צו ווערן צו אים כאָטש ער איז אַזאַ פּערפֿעקטער חבֿר. ראַטעוועט!

אַ מאָנסטער אין דער שאַפֿע?


טײַערע מאָנסטער אין דער שאַפֿע,

זעט אויס, אַז דוד איז נישט דער "פּערפֿעקטער" חבֿר ווי איר מיינט. איך וואָלט אויך נערוועז געוואָרן, ווען מײַן חבֿר דערציילט גאָרנישט פֿון זײַן עבֿר. ווי איר זאָגט, איז מעגלעך, אַז ער האָט געהאַט אַ שווער לעבן און ער וויל ווײַטער אָנגיין, אָבער די מעגלעכקייט, אַז ער באַהאַלט עפּעס וויכטיקס פֿון אײַך איז פֿאַראַן. איר דאַרפֿט אים דערציילן וועגן אײַערע געפֿילן. אומקלאָרע ענטפֿערס טויגן אויך נישט. וווּ זענען זײַנע פֿאָטאָגראַפֿיעס? דיפּלאָמען? ווער זענען געווען זײַנע חבֿרים אין יוריספּרודענץ־שול? אויב דוד קען נישט פֿאַרענטפֿערן אײַערע זאָרגן, איז טאַקע בעסער אים ווײַטער נישט צו זען. דאָס איז מסתּמא נישט וואָס איר האָט געהאָפֿט, אַז איך וועל אײַך עצהן. אויב ער וויל, איר זאָלט ביידע טאַקע זײַן אַ פּאָר, דאַרף ער מער אַנטפּלעקן וועגן זיך, און ווען ער קען דאָס נישט טאָן, וועט איר קיין מאָל נישט זײַן צופֿרידן, און, נאָך מער — איר קענט ווערן באַשווינדלט, און נאָך...

* * *
איר האָט שאלות אין "הלכות־ליבע?" שיקט אַ בריוו — אויף ייִדיש אָדער ענגליש — צו חזנטע סלעק:
HazzanAri@yahoo.com
אָדער
Cantors Office
10400 Wilshire Blvd
Los Angeles, CA 90024