- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
טײַערע חזנטע, איך האָב געפֿאַלשעוועט מײַן עקזאַמען. איך באַקום געוויינטלעך די בעסטע צייכנס און כ׳האָב קיין מאָל נישט געטאָן עפּעס קעגן דעם געזעץ אין מײַן לעבן. איך האָב אַזוי מורא געהאַט, אַז איך וועל באַקומען אַ שלעכטן צייכן אויפֿן עקזאַמען, אַז איך האָב אָפּגענאַרט דעם לערער: איך בין אַרויפֿגעגאַנגען צו אים און אים געפֿרעגט אַ פֿראַגע דרײַ מאָל, כּדי איך זאָל קענען קוקן אויף די ענטפֿערס פֿון אַן אַנדער תּלמיד. איך האָב באַקומען אַן "א", אָבער אָן די ענטפֿערס וואָלט איך באַקומען אַ "ב" אָדער "ג". איך ווייס נישט וואָס צו טאָן, איך פֿיל זיך אַזוי שולדיק און אין כּעס אויף זיך אַליין יעדן טאָג. ראַטעוועט! באַשווינדלער טײַערער באַשווינדלער, דער איינציקער וועג זיך צו פֿילן בעסער, איז מודה צו זײַן דעם לערער, וואָס איר האָט אָפּגעטאָן און באַקומען די פּאַסיקע שטראָף. עס קען זײַן, אַז מע וועט אײַך שטעלן אַ שלעכטן צייכן, האַלטן איבעריקע שעהען אין קלאַס, אָדער איר וועט גאָר ווערן אַ "סטודענט בתּנאַי"... מאַכט אַ באַשטעלונג מיט אײַער מאַטעמאַטיק־לערער און זאָגט אים ווי שלעכט איר פֿילט זיך, אַז איר האָט נישט פֿאַרדינט קיין "א" אויפֿן עקזאַמען, און פֿרעגט אים, וואָס איר קענט טאָן. געדענקט, אַז איר זענט אַ גוטער מענטש, און מיט דעם כּעס און שולד וואָס איר פֿילט, קענט איר אויסמײַדן ווײַטער אָפּצוטאָן אַזאַ שווינדלערײַ . טײַערע חזנטע, 53 יאָר האָב איך געלעבט מיט מײַן מאַן, מײַן באַליבטער, וואָס כ׳האָב אים ליב געהאַט נאָך פֿון די קינדער־יאָרן. מײַן מאַן לו איז געשטאָרבן מיט פֿיר יאָר צוריק, און, פֿאַרשטייט זיך, אַז עס איז מיר זייער שווער. אָבער איך וויל שטאַרק אויסלעבן מײַנע יאָרן און הנאה האָבן, ווי לו וואָלט געוואָלט איך זאָל טאָן. לעצטנס, פֿאַרברענג איך מער מיט אַ מאַן פֿון מײַן שיל, אַרטי, וואָס איך קען אים שוין אַ לאַנגע צײַט. אַרטיס פֿרוי בעטי איז ניפֿטר געוואָרן מיט אַכט יאָר צוריק, און זיי האָבן נישט געהאַט אַזאַ גוט צוזאַמענלעבן ווי איך און מײַן מאַן לו. איך פֿאַרברענג גוט מיט אַרטי און שאַץ אָפּ זײַן פֿרײַנדשאַפֿט און וויל אים ווײַטער זען, אָבער ס׳איז דאָ איין פּראָבלעם — אַרטי ווערט באַליידיקט ווען איך רעד צו פֿיל פֿון לו. "וואָס די ערד דעקט צו פֿאַרגעסט מען", זאָגט ער. אָבער איך קען נישט אויסלעבן אַ טאָג אָן צו רעדן וועגן לו; ער ליגט מיר תּמיד אין זינען. וואָס זאָל איך טאָן? מיט אַ פּראָבלעם טײַערע "מיט אַ פּראָבלעם", עס קלינגט ווי איר האָט געהאַט אַ וווּנדערלעך משפּחה־לעבן, ווי אויך אַ גוטע פּערספּעקטיוו מכּוח ווי אַזוי ווײַטער אָנצוגיין און הנאה האָבן פֿונעם לעבן. די מענטשן וואָס האָבן פֿאַרלוירן אַ באַליבטן און נאָענטן מענטש, קענען נישט פֿאַרגעסן דעם מענטש, און קיינער טאָר דאָס נישט לייקענען. דער פֿאַקט איז, אַז לו וועט תּמיד בלײַבן אַ טייל פֿון אײַער לעבן, אָבער אויף אַן אַנדער אופֿן. ווער עס וויל האָבן אַ נאָענטע באַציִונג מיט אײַך מוז דאָס פֿאַרשטיין. איר דאַרפֿט זיך פֿילן פֿרײַ צו רעדן וועגן אײַער לעבן מיט לו און וועגן די זכרונות פֿון אים. אָבער איר טאָרט נישט פֿאַרגלײַכן אַרטי מיט לו, אָדער רעדן וועגן אים אַזוי פֿיל, אַז אַרטי זאָל זיך פֿילן אומבאַקוועם. אַרטי טאָר זיך נישט פֿילן ווי אַ פֿאַרטרעטער, אָדער קאָנקורענט פֿון לו. אַרטיס קוק אויף די טויטע איז צו פּראָסט. אויב ער קען נישט אָננעמען אײַער צוגאַנג, טויג ער מסתּמא נישט ווי אַ נאָענטער חבֿר. טײַערע חזנטע, ווי קען איך וויסן, וואָס איך זאָל קויפֿן פֿאַר מײַן פֿרויס געבוירן־טאָג און חתונה־יובֿל מתּנות? וואָס איך קויף, געפֿעלט איר נישט. דאָס לעצטע מאָל, פֿאַר איר געבוירן־טאָג, האָב איך איר געקויפֿט אַ שטויבזויגער. זי האָט דאָך אַזוי ליב די שטוב־אַרבעט; אָבער זי איז נישט געבליבן צופֿרידן. פֿאַר אונדזער חתונה־יובֿל האָב איך איר געקויפֿט אַ "צוברוינער" ("טאָסטער"), און דאָס איז איר אויך נישט געפֿעלן. וואָס זאָל איך טאָן? אין דער פֿינצטער טײַערער "אין דער פֿינצטער", גאָט איז מיט אײַך! אײַער פֿרוי דאַרף מתּנות וואָס ווײַזן אַרויס אַ פּערזענלעכע ליבשאַפֿט צו איר ווי אַ פֿרוי. גיט אַ טראַכט וואָס זי האָט ליב און נישט וואָס פֿאַראַ אַרבעט זי האָט ליב! וואָס זענען אירע האַביס? האָט זי ליב צירונג? איר דאַרפֿט איר קויפֿן עפּעס ספּעציעלס, און אויב איר קענט זיך נישט דערטראַכטן צו עפּעס, נעמט זי מיט זיך אײַנצוקויפֿן און זאָל זי אַליין זיך עפּעס אײַנשאַפֿן. זאָל זײַן מיט מזל!
* * *
|