דער אייבערשטער האָט געזאָגט אַבֿרהמען: גיי פֿון דײַן אַלטער היים אינעם לאַנד, וואָס איך וועל דיר ווײַזן. אַבֿרהם אָבֿינו איז געווען דער ערשטער ייִד אויף דער וועלט, פֿון וועלכן עס הייבט זיך אָן די געשיכטע פֿון אונדזער פֿאָלק. ווי ס׳איז באַקאַנט, פֿאַרנעמען די באַציִונגען צווישן די ייִדן און דעם באַשעפֿער אַ צענטראַל אָרט אין דער תּורה.
ווי מיר האָבן שוין באַהאַנדלט מיט צוויי וואָכן צוריק, האָבן די געשיכטעס אינעם חומש אַן אוניווערסאַלן באַדײַט און ווײַזן אָן, אַז די גאַנצע וועלט איז באַשאַפֿן געוואָרן צוליב דעם מענטש — צוליב יעדער מענטשלעכער נשמה, וואָס שטרעבט צו געפֿינען דעם רבונו־של־עולם הינטער דעם "פֿאָרהאַנג" פֿון עולם־הזה. פֿונדעסטוועגן, דערציילט די תּורה וועגן דער פֿאַרבינדונג צווישן מענטש און ג-ט דווקא פֿון אַ ייִדישער פּערספּעקטיוו — כּדי צו באַטאָנען, אַז אינעם צענטער פֿונעם גאַנצן וועלט־באַשאַף שטייעןַ קאָנקרעטע מענטשן, פֿאַרבונדן איינער מיטן צווייטן מיטן געמיינזאַמען גורל און היסטאָריע, און נישט סתּם "מענטשהייט" ווי אַן אַבסטראַקטער באַגריף.
דערפֿאַר קאָן מען זאָגן, אַז דער עיקר־טייל פֿונעם חומש הייבט זיך אָן פֿון דער הײַנטיקער פּרשה; די פֿריִערדיקע צוויי סדרות, וואָס דערציילן וועגן דער מעשׂה־בראשית און אַנדערע אַלגעמיינע ענינים, זענען בלויז אַ מין "הקדמה" צו דער געשיכטע פֿון די נאָענטע באַציִונגן צווישן דעם באַשעפֿער און די ייִדישע אָבֿות.
אין פֿאַרגלײַך מיט אָדם־הראשון, וועלכער איז פֿאַרטריבן געוואָרן פֿונעם גן־עדן און געלעבט עלנט אויף דער פֿאַרשאָלטענער ערד, און נחן, וועלכער איז געראַטעוועט געוואָרן פֿונעם מבול, אָבער נישט געווען אַזוי נאָענט צום באַשעפֿער, האָט אַבֿרהם געפֿירט זײַן גאַנץ לעבן אַ שטענדיקן דיאַלאָג מיטן רבונו־של־עולם.
אין דער פֿריִערדיקער פּרשה שטייט געשריבן, אַז "את האלקים התהלך נח" — נח איז "געגאַנגען מיט ג־ט"; רש״י דערקלערט, אַז נח האָט זיך געהאַלטן אויף זײַן מדרגה מיט דער הילף פֿון ג־ט. וועגן אַבֿרהם אָבֿינו שטייט אָבער "התהלך לפֿני" — ער איז אַליין געגאַנגען פֿאַרן אייבערשטן.
דער אויסדרוק "לך־לך" מיינט, בוכשטעבלעך, "גיי צו דיר". רש״י דערקלערט, אַז דער באַשעפֿער האָט צוגעזאָגט אַבֿרהמען, אַז די נסיעה אינעם נײַעם לאַנד וועט אים ברענגען מזל — "גיי צוליב דײַן אייגענער טובֿה הנאָה". די חסידישע מפֿרשים גיבן צו אַן אינערלעכן, מער פּסיכאָלאָגישן טעם צו דעם דאָזיקן פּסוק: "גיי צו זיך", צו דײַן אייגענעם נשמה־שורש. דאָרטן, אין ארץ־כּנען האָט ער געזאָלט געפֿינען זיך אַליין, זײַן עצם און תּכלית.
אויפֿן ערשטן בליק, וואָלט מען געקאָנט זאָגן, אַז נח האָט דערגרייכט אַ העכערע מדרגה פֿון ביטול־היש. ער האָט דאָך געלעבט "את האלקים", מיטן אייבערשטנס הילף, און אַבֿרהם איז "התהלך לפֿני" — אַליין באַשלאָסן, וואָס ס׳איז ריכטיק צו טאָן.
די חז״ל זאָגן, אַז ווען אַבֿרהם אָבינו האָט געלעבט אין זײַן היימשטאָט, אור-כּשׂדים, האָט דער אַכזריותדיקער קיניג נמרוד אים אַרײַנגעוואָרפֿן אין אַ ברענענדיקן קאַלך-אויוון פֿאַר דעם, וואָס ער האָט זיך אָפּגעזאָגט צו בוקן פֿאַר נמרודן און זײַנע געצן. על-פּי-נס, האָט דאָס פֿײַער פֿונעם אויוון נישט פֿאַרברענט אַבֿרהמען.
ס׳איז מערקווירדיק, אַז די געשיכטע פֿונעם ייִדישן פֿאָלק האָט זיך אָנגעהויבן פֿון אַן אויפֿשטאַנד לשם־שמים, כּדי צו ווײַזן, אַז די מאַכט פֿונעם בייזן קיניג האָט ניט קיין שום ווערט לגבי עבֿודת־השם. אַ סך מפֿרשים פֿרעגן דערפֿאַר אַ קשיא: פֿאַרוואָס שטייט נישט אַזאַ וויכטיקע מעשׂה געשריבן בפֿירוש אין דער תּורה? ווען נישט די מינדלעכע מסורה, וואָלטן מיר בכלל נישט פֿאַרשטאַנען, פֿאַרוואָס אַבֿרהם אָבֿינו האָט געמוזט פֿאַרלאָזן זײַן אַלטע היים און לאָזן זיך זוכן זײַן גײַסטיקן שורש אין אַ נײַ לאַנד.
דער דינעווער רבי דערקלערט אין זײַן ספֿר "אגרא דכּלה", אַז אַבֿרהם איז נישט געווען, בײַם אָנהייב, קיין ייִד, און האָט נישט געהאַט קיין פֿליכט אָפּצוגעבן זײַן לעבן אויף קידוש־השם. אַדרבה, ער האָט עס נישט געטאָרט טאָן. אַבֿרהם אָבֿינו האָט אָבער באַשלאָסן צו באַגיין אַן עבֿירה לשם־שמים, כּדי אָפּצולייקענען די אָפּגעטער און צו בלײַבן געטרײַ זײַן אמונת־השם. צוליב זײַן ליבשאַפֿט צום באַשעפֿער, איז ער געווען גרייט מקריבֿ צו זײַן זײַן לעבן, מיינענדיק, אַז ער וועט פֿאַר אַזאַ זינד באַשטראָפֿט ווערן אין גיהנום.
אַן אַנדער גרויסער חסידישער צדיק, רבי צדוק לובלינער, דערמאָנט אין זײַן ספֿר "צדקת הצדיק" אַ מעשׂה פֿון גמרא, וועגן דוד־המלך, וועלכער האָט געמאָלדן, אַז כּדי אָפּהיטן דאָס פֿאָלק פֿון חילול־השם, איז ער געווען גרייט צו דינען עבֿודה־זרה. להיפּוך צו אַבֿרהמען, איז דוד געווען גרייט צו פֿאַרדינען אַ רעפּוטאַציע פֿון אַ רשע און באַשטראָפֿט צו ווערן אויף יענער וועלט — אָבער אויך לשם־שמים.
רבי צדוק לובלינער דערקלערט, אַז דאָס איז נאָך אַ העכערע מדרגה פֿון מסירת־נפֿש, ווי דער געוויינטלעכער קידוש־השם. אַבֿרהם אָבינו און דוד־המלך זענען געווען גרייט זיך אָפּצוזאָגן נישט בלויז פֿון עולם־הזה, נאָר אַפֿילו פֿון עולם־הבאָ. זיי זענען געווען גרייט צו טאָן די גרעסטע עבֿירות, נישט האָבנדיק קיין מורא פֿאַרן הימלישן עונש — נישט צוליב זייער אייגענער הנאָה, נאָר דווקא לשם־שמים.
פֿאַרשטייט זיך, זענען אַזעלכע דרכים זייער סכּנותדיק, ווײַל עמעצער קאָן צוקומען צו פּשוטע גראָבע זינד, מיינענדיק, אַז ער טוט זיי לשם־שמים. אַחוץ דעם, ווי מע זעט פֿון די דערמאָנטע מעשׂיות מיט אַבֿרהמען און דודן, קאָנען פֿאַרשיידענע אומשטאַנדן ברענגען צו היפּוכדיקע "עבֿירות לשמה". אַזעלכע ענינים, ווי אַבֿרהם אָבֿינוס קידוש־השם, קומען פֿון די סאַמע טיפֿענישן פֿונעם האַרצן, און פּאַסן זיך נישט אַרײַן אין די געוויינטלעכע שׁכלדיקע כּללים.
דערפֿאַר, ווערט די מעשׂה מיטן קאַלך־אויוון נישט דערקלערט בפֿירוש אין דער תּורה, הגם זי האָט געבראַכט צו דעם געבורט פֿונעם ייִדישן פֿאָלק. במשך פֿון דער געשיכטע, זענען צווישן די ייִדן תּמיד געווען אַ סך "גײַסטיקע אויפֿשטענדלער", וועלכע האָבן באַשיצט זייערע אידעאַלן במסירת־נפֿש, אַפֿילו ווען זיי קומען אין סתּירה מיט די אָנגענומענע נאָרמעס פֿון דער אַרומיקער געזעלשאַפֿט. הגם אַזאַ אויפֿפֿירונג ברענגט צומאָל מחלוקת און מהומות, ווען זי "גיסט זיך איבערן קאָפּ", איז זי בעצם אַ גוטע מידה, וואָס לאָדט דאָס ייִדישע פֿאָלק אָן מיט גײַסטיקער ענערגיע.
אַבֿרהם אָבֿינו האָט אַ סך געוואַנדערט, זוכנדיק דעם "וועג צו זיך". דאָס נע-ונדעווען אין אַן אומבאַקאַנט לאַנד, דורך הונגער און סכּנות, קאָן ברענגען אַ מענטש צו אַ מהומה. פֿאַר אַבֿרהמען האָט, אָבער, יעדעס אָרט און לעבנס־דערפֿאַרונג געבראַכט נײַע השׂגות, דורך וועלכע ער האָט פֿאַרלייגט די יסודות פֿון ייִדישקייט. אויף זײַן וועג, האָט ער פֿאַרלאָזט זײַנע פֿריִערדיקע רגילותן, זײַן היים און משפּחה.
די חסידישע ספֿרים דערקלערן, אַז ווען דער אייבערשטער האָט געהייסן אַבֿרהמען "צו גיין אינעם לאַנד, וואָס איך וועל דיר ווײַזן", האָט ער נישט געמיינט דווקא ארץ־כּנען, נאָר יעדער אָרט, וווּ עס איז אים אויסגעפֿאַלן צו וואַנדערן.
כּדי צו דערגרייכן דעם ביטול צו ג-טלעכן ליכט, מוז דער מענטש צעברעכן די ראַמען פֿון זײַן אייגענעם עגאָיִסטישן "זיך", וואָס שטעלט אַ באַריער צווישן דעם מענטשן און זײַן באַשעפֿער. אַבֿרהם אָבינו האָט געוווּסט, אַז אַלץ אין דער וועלט איז אַ מאַניפֿעסטאַציע פֿונעם באַשעפֿער.
ווען אַבֿרהם־אָבֿינו איז "געגאַנגען צו זיך", האָט ער געזוכט דעם ג־טלעכן עצם פֿון זײַן נשמה. אין פֿאַרגלײַך מיט נחן, וועלכער איז בלויז "געגאַנגען מיט ג־ט", האָט אַבֿרהם דערגרייכט אַ העכערע מדרגה פֿון ביטול, און פֿאַרוואַנדלט זײַנע אייגענע וואַנדערונגען אין ג־טלעכע אַנטפּלעקונגען.