ליטעראַטור
פֿון מישע כאַזין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

איך האָב פֿאַר אײַך אַ גוטע נײַעס: די כעלעמער חכמים האָבן אָנגעהויבן רעדן רומעניש. ווי אַזוי? אַנטאָן און אַרינאַ טשעלאַרו, וואָס האָבן הײַיאָר אַרויסגעלאָזט אין בוקאַרעשט דעם בוך "טרוימער פֿון כעלעם", האָבן זיי געהאָלפֿן אין דעם. די איבערזעצערס פֿונעם בוך האָבן נישט פּשוט איבערגעזעצט פֿון ייִדיש אויף רומעניש די פּערל פֿון ייִדישן פֿאָלקלאָר, נאָר אויך געמאַכט זייער אייגענע באַאַרבעטונג פֿון די פֿאַרשפּרייטע וויצן און מעשׂיות, איבערדערציילט זיי אויף אַן אייגנאַרטיקער שפּראַך, אין נוסח פֿונעם רומענישן פֿאָלקלאָר וועגן די צוויי טשודאַקעס טינדאַלע און פּעקאַלע, וואָס האָבן אַזוי ליב געהאַט זיך קלוג נאַריש צו מאַכן.

ס׳איז דאָך גוט באַקאַנט, אַז רופֿן רופֿט מען אַזוי די "כעלעמער חכמים" נישט ווײַל זיי טראָגן אין זיך טאַקע אַ גרויסע חכמה, נאָר פֿאַרקערט — דווקא די חכמה, אין פּראַקטישן זין, פֿעלט זיי אין לעבן אויס. מע קאָן אַפֿילו זאָגן, זיי לעבן בכלל אָן חכמה. זיי זײַנען דאָך נאַראָנים, אָדער אַנדערש געזאָגט — טרוימער. זיי לעבן פֿאַרחלומט. אַנטאָן און אַרינאַ טשעלאַרו באַטאָנען עס אַפֿילו אין זייער אַרײַנפֿיר, אַז דער נאָמען כעלעם איז זייער נאָענט צום וואָרט "חלום". איז נישט צו חידושן זיך, וואָס אַ סך פֿון די מעשׂים וואָס געשעען אין כעלעם און מיט די כעלעמער זײַנען פּוסטע חלומות. נאָך מער, דאָס וואָרט "חלומות" דאַרף מען אַפֿילו נישט איבערזעצן אויף רומעניש, ווײַל ס'איז אַרײַן אין דער שפּראַך.

יאָ, די כעלעמער זײַנען טאַקע נאַראָנים. זיי בויען אַ בריק איבערן טײַך און האַלטן אין איין זיך צווייפֿלען, צי אויפֿשטעלן די בריק איבערן טײַך צי לענג־אויס דעם טײַך? זיי דעקן די פּאָדלאָגע אין באָד און כאַפּן זיך, ווי אַזוי צו לייגן די ברעטער: אויב זיי הובלעווען, וועלן זיי זײַן ווי גלאָז, קאָן מען זיך, חלילה, אויסגליטשן. אויב נישט הובלעווען, איז נאָך ערגער, מע קאָן, חלילה, פֿאַרשטעכן די פֿיס. וואָס טוען די כעלעמער? זיי הובלעווען די ברעטער פֿון איין זײַט און לייגן זיי מיט דער אַנדערע זײַט אַרויף. דערפֿאַר גייען זיי זיך באָדן מיט שקאַרפּעטקעס, נישט צו פֿאַרשטעכן די פֿיס.

זיי זײַנען טאַקע נאַראָנים, אָבער וויפֿל חן און שאַרפֿזיניקייט שטעקט אין די דאָזיקע פּראָסטאַקעס?! עס וויל זיך בפֿירוש זאָגן: ס׳איז נישט קיין טיפּשות, ס׳איז אַן אַנדער מין אופֿן פֿון טראַכטן. אין דעם זין, זײַנען די כעלעמער פּונקט אַזוי נאַריש, ווי למשל, דאָן קישאָט, וואָס וואַרפֿט זיך קעמפֿן מיט די ווינטמילן; ווי איוואַן דער נאַר פֿון די רוסישע פֿאָלקס־מעשׂהלעך, וואָס לסוף ווײַזט ער אַרויס, אַז ער איז קליגער פֿון זײַנען קלוגע עלטערע ברידער; פּונקט ווי די רומענישע וויצלינגען טינדאַלע און פּעקאַלע, וואָס קענען בשום־אופֿן נישט פֿאַרשטיין, פֿאַרוואָס איז דער מהלך פֿון נײַ־יאָר ביזן קריסטלעכן פּסח אַנדערש ווי פֿון פּסח ביזן נײַ־יאָר?

עס ווערט קלאָר, אַז אין אָט די נאַרישע פּאַרשוינען מיט מאָדנע גענג ליגט באַגראָבן אַ גרויסע מענטשלעכע האַרציקייט, אַ קינדערשע נאַיִווקייט צו זען און מאַכן די וועלט בעסער ווי זי איז.

אין שײַכות מיט דעם, מיין איך, איז כּדאי צו דערמאָנען דעם בוך פֿונעם גרויסן הומאַניסט עראַזם דער ראָדערדאַמער, "לויב דעם טיפּשות". פּונקט מיט 500 יאָר צוריק, אין 1509, בעת זײַן רײַזע פֿון איטאַליע קיין ענגלאַנד — דעמאָלט האָט דער וועג זיך געצויגן לאַנג — האָט ער, פֿאָרנדיק אין דער קאַרעטע, זיך אָפּגעריסן פֿון זײַנע ערנסטע וויסנשאַפֿטלעכע פֿאָרשונגען, און אָנגעשריבן דעם פֿריילעכן פּאַנעגיריק "לויב דעם טיפּשות". דער הויפּט־העלד פֿון דעם ווערק איז — זײַן עקסצעלענץ טיפּשות, וואָס זעט די וועלט פֿון זײַן אייגענעם קוקווינקל. עראַזם גופֿא האָט זײַן ווערק נישט דערשאַצט; עס האָט זיך אָבער אַרויסגעוויזן, אַז ס'איז דאָס אַממערסטן ערנסטע ווערק פֿון זײַן תּקופֿה. דער שרײַבער איראָניזירט, אַז נאָר די נאַראָנים איז געגעבן געוואָרן דער גרויסער טאַלאַנט צו זאָגן דעם אמת, און קיינעם נישט באַליידיקן. דאָס ווערק "לויב דעם טיפּשות" האָט געמאַכט דעם נאָמען פֿון עראַזם דער ראָטערדאַמער אומשטערבלעך, ווי ס׳איז אומשטערבלעך דאָס טיפּשות אַליין.

צי ווייסט איר, וואָס איז דער אונטערשייד צווישן חכמה און טיפּשות? דער שׂכל האָט אַ גרענעץ, דאָס טיפּשות האָט קיין גרענעץ נישט. ווי אַ רעזולטאַט דערפֿון, איז אויפֿגעקומען אַ מין מעטאַפֿאָרישע געשטאַלט אין דער אייראָפּעיִשער ליטעראַטור פֿון מיטל־עלטער — "די שיף פֿון נאַראָנים", ווי אַ סימבאָל פֿון דער מענטשהייט, וואָס איז געבליבן זינקען אין זינד און חטאים, אָבער פֿאָרט נישט פֿאַרלוירן די האָפֿענונג צוצוקומען צו אַ גליקלעכן ברעג. די פּאַסאַזשירן פֿון דער שיף זײַנען נישט אַבי ווער, אײַנוווינער פֿון עפּעס אַ שטעטל לעבן וואַרשע; זיי סימבאָליזירן די גאַנצע באַפֿעלקערונג פֿון דער וועלט.

אונטער דעם נאָמען "שיף פֿון נאַראָנים" זײַנען אַרויס קינאָ־פֿילמען, ראָמאַנען, פּאָעמעס, לידער. מיטן זעלבן נאָמען האָט דער געניאַלער מאָלער באָסך אָנגערופֿן איינעם פֿון די בעסטע בילדער זײַנע, וואָס איז אַרויסגעשטעלט אין לוּווער. מע קאָן זאָגן, אַז אונדזערע כעלעמער חכמים פֿאַרנעמען אַ קליינע קאַיוט אין דער ריזיקער שיף פֿון נאַראָנים. אָבער זיי הערן נישט אויף צו שווימען איבער דער וועלט, און אָט איצט זײַנען זיי צוגעשטאַנען צום רומענישן ברעג.

אַנטאָן און אַרינאַ טשעלאַרו האָבן אײַנגעשלאָסן אין זייער בוך קלוגע אַפֿאָריזמען פֿון באַקאַנטע פּערזענלעכקייטן, וואָס דערהייבן די פֿאָלקסטימלעכע מעשׂיות פֿון די כעלעמער פּראָסטאַקעס. אָט זײַנען עטלעכע פֿון די קלוגע אויסדרוקן:

לאַכן איז געזונט. דאָקטוירים הייסן לאַכן (שלום־עליכם).

זיך מאַכן נאַריש צו דער פּאַסיקער צײַט — איז אַ גרויסע חכמה (ציציראָן).

זיך מאַכן נאַיִוו איז אַן אופֿן זיך אויפֿצופֿירן, כּדי נישט צו לייגן אַכט אויף דעם, וואָס אַנדערע וועלן וועגן דיר זאָגן (קאַנט).

פֿאַרלוירן איז דער טאָג, אויב דו האָסט זיך קיין איין מאָל נישט צעלאַכט (שאַמפֿאָר).

ס׳איז ווייניק צו האָבן שׂכל. וויכטיק איז צו קענען זיך באַנוצן מיט אים (דעקאַרט).

צו די אַלע און אַנדערע חכמות וואָלט איך צוגעגעבן נאָך דאָס ייִדישע ווערטל: "בײַ אַ נאַר איז די נבֿואה". עס איז פּונקט צוגעפּאַסט צו אונדזערע כעלעמער חכמים, וועלכע רעדן הײַנט אויף אַ סך שפּראַכן, בתוכם רומעניש.