איך האָב אויסגעפּרוּווט דעם רעצעפּט די פֿאַרגאַנגענע וואָך, און מיר האָבן אַלע געלעקט אונדזערע פֿינגער. הגם מע דאַרף עס באמת בראָטן אונטערן פֿײַער אָדער אויף אַ "גריל", קאָן מען עס אויך בראָטן אין אויוון בײַ 450 גראַד (232 צעלזיוס) אַרום 45 מינוט, אָדער ביז די הינער־שטיקלעך ווערן גוט דורכגעבראָטן.
נאָך אַ מעלה: דאָס מאכל האָט ווייניק פֿעטס און זאַלץ, איז עס דעריבער געזונט אויך.
8 טונקעלע הינדל־שטיקלעך (פּולקעס אָדער הינטער־חלק)
1 ציינדל קנאָבל
1/8 לעפֿעלע שוואַרצער פֿעפֿער
1/4 טעפּל זאַפֿט פֿון אַ גרינער לימענע
2 לעפֿל האָניק־זענעפֿט
2 לעפֿל מאַראַנצן־זאַפֿט
מע קען אויך מאַכן דעם רעצעפּט מיט בייליק. אַנשטאָט 8 פּולקעס און הינטער־חלק, ניצט 8 ברוסט־שטיקלעך אָן הויט און אָן ביינער. אין אַזאַ פֿאַל, בראָט עס אויפֿן "גריל" בלויז 15 מינוט, און אויב איר באַקט עס אין אויוון — בלויז אַ האַלבע שעה.
הייצט אָן דעם בראָט־אויוון.
צעשנײַדט דעם קנאָבל אויף דער העלפֿט און רײַבט מיט דעם די הינער־שטיקלעך אויף אַלע זײַטן, בפֿרט אונטער דער הויט. באַפֿעפֿערט אַלץ.
מישט צונויף אין אַ שיסעלע דעם גרינעם לימענע־זאַפֿט, האָניק־זענעפֿט און מאַראַנצן־זאַפֿט. בערשט די שטיקלעך מיטן סאָוס, און לייגט זיי אַרײַן אין אַ בראָט־בעקן. שטעלט אַרײַן דעם בעקן אין בראָט־אויוון בערך 6 אינטשעס (15 צענטימעטער) אַוועק פֿונעם פֿײַער.
נאָך 15 מינוט, קערט איבער די הינער־שטיקלעך, בערשט זיי ווידער מיטן סאָוס און לאָזט זיי בראָטן נאָך 15 מינוט, ביז זיי ווערן גוט דורכגעבראָטן.