|
ייִדן אויף די גאַסן פֿון אָדעס, יאָר 1800 |
Getty Images |
א
מיט 220 יאָר צוריק, סוף סעפּטעמבער 1789, האָט די רוסישע אַרמיי פֿאַרכאַפּט די טערקישע פֿעסטונג כאַדזשיביי, וועלכע האָט אין זעקס יאָר אַרום באַקומען אַ נײַעם נאָמען — אָדעס. דאָס הייסט, אַז די מאָדערנע שטאָט בײַם שוואַרצן ים איז גאַנץ יונג. דאָס איז, פֿאַרשטייט זיך, אויב מע מעסט די יאָרן לויט די אייראָפּעיִשע מאָסן. אין פֿאַרגלײַכן, אַ שטייגער, מיט אַזאַ שטאָט ווי סיעטל, איז עס אַלט. און אין פֿאַרגלײַך מיט תּל-אָבֿיבֿ, איז די שטאָט כּמעט אוראַלט.
דעם חשבון פֿון דער צאָל ייִדן אין אָדעס האָט מען געפֿירט די גאַנצע צײַט. מע ווייסט אַפֿילו, אַז אין כאַדזשיביי האָבן געלעבט זעקס ייִדן. אין די סאַמע ערשטע יאָרן פֿון אָדעס, האָבן זיך דאָרטן באַזעצט אַ פּאָר הונדערט ייִדן. אַ קהילה האָט זיך דאָרטן באַוויזן שוין אין יאָר 1798. די ייִדישע באַפֿעלקערונג האָט געהאַלטן אין איין וואַקסן. אין 1840 האָבן די 12 טויזנט היגע ייִדן אויסגעמאַכט 20 פּראָצענט פֿון דער באַפֿעלקערונג. בעת דער פֿאָלקסציילונג פֿון 1897 האָבן 139 טויזנט ייִדן געשאַפֿן אַ ביסל מער פֿון אַ דריטל פֿון דער גאַנצער באַפֿעלקערונג.
מיט פֿינף יאָר פֿריִער, אין דעצעמבער 1892, איז געווען אַ לאָקאַלע פֿאָלקסציילונג. דעמאָלט האָבן אין דער שטאָט געוווינט 106 טויזנט ייִדן. אייניקע פֿון זיי האָבן געהערט צו דער סמעטענע פֿון דער געזעלשאַפֿט. אַכציק בני- און בנות-ישׂראל זײַנען געווען מיטגלידער פֿון אַריסטאָקראַטישע משפּחות. אָבער ס׳רובֿ אָדעסער ייִדן זײַנען געווען פּשוטע אַרבעטער, בעל-מלאָכות, הענדלער, קליינבאַזיצער און פּשוט קבצנים. די סטאַטיסטיק האָט באַוויזן, אַז נאָר אַרום 5 פּראָצענט אָדעסער ייִדן האָבן געהאַלטן רוסיש פֿאַר זייער מוטער-שפּראַך, כאָטש ביז 20 פּראָצענט פֿון זיי האָבן שוין גערעדט דער עיקר רוסיש.
ס׳איז געווען גרינג צו דערקענען דעם "אָדעסער רוסיש", ווײַל זײַנע רעדער האָבן אָפֿט מאָל געבויט זייערע פֿראַזעס ווי קאַלקעס, בוכשטעבלעכע איבערזעצונגען, פֿון ייִדיש. שוין אָפּגעשמועסט פֿון אַ סך ייִדישע ווערטער, וועלכע זײַנען אַרײַן אין אָט דעם מין רוסיש.
ב
מיט אָדעס זײַנען פֿאַרבונדן אַ סך געשעענישן אין דער געשיכטע פֿון דער ייִדישער קולטור. מיט דער שטאָט איז פֿאַרבונדן דער אָנהייב פֿון דער ייִדישער פּרעסע אין מיזרח-אייראָפּע. אין אָקטאָבער 1862 איז דאָרטן אַרויס די ערשטע צײַטשריפֿט אויף ייִדיש. געהייסן האָט די צײַטשריפֿט "קול-מבֿשׂר", דאָס הייסט "אָנזאָגער". דער פֿאַרלעגער און רעדאַקטאָר איז געווען אַלעקסאַנדער צעדערבוים — אַ פּוילישער ייִד, וואָס האָט זיך באַזעצט אין אָדעס אין יאָר 1840, געאַרבעט ווי אַ בוכהאַלטער און שפּעטער געהאַט אַ געשעפֿט פֿון פֿאַרטיקע קליידער.
תּחילת, איז "קול-מבֿשׂר" געווען אַ בײַלאַגע צו דעם העברעיִשן וואָכנבלאַט "המליץ". צעדערבוים האָט די ייִדישע בײַלאַגע געדרוקט ניט צוליב זײַן ספּעציעלער ליבע צו ייִדיש. אַדרבה, אויף ייִדיש האָט ער, ווי ס׳רובֿ אַנדערע משׂכּילים, געקוקט פֿון אויבן אַראָפּ. אָבער ווי אַ סוחר האָט ער פֿאַרשטאַנען, אַז ייִדיש איז געווען אַ גוטע סחורה, מער גאַנגבאַר ווי העברעיִש. זינט 1869 און ביז 1872 איז "קול-מבֿשׂר" שוין אַרויס ווי אַ באַזונדערע צײַטונג.
די ערשטע ייִדישע צײַטונג איז געוואָרן אַ פֿאָרום פֿאַר ליטעראַרישע דעביוטן. צוויי פֿון די דעביוטן זײַנען געווען באַזונדערס וויכטיק פֿאַר דער אַנטוויקלונג פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור: ערשטנס, אין די יאָרן 1864 און 1865 האָט מענדעלע מוכר-ספֿרים פֿאַרעפֿנטלעכט אין "קול-מבֿשׂר" זײַן גרעסערע דערציילונג "דאָס קליינע מענטשעלע". צווייטנס, אין 1867 האָבן די לייענער זיך באַקענט מיט יצחק-יואל ליניעצקיס דערציילונג "דאָס פּוילישע ייִנגל".
אַ דאַנק דער צײַטונג, איז ייִדיש געוואָרן מער סטאַנדאַרטיזירט און לעקסיש באַרײַכערט. שוין אָפּגעשמועסט פֿון דעם, וואָס דער סטאַטוס פֿון דער שפּראַך איז געהעכערט געוואָרן.
ג
אין 1878 איז קיין אָדעס געקומען אַ גרופּע אַקטיאָרן פֿון דעם ייִדישן טעאַטער, וואָס אַבֿרהם גאָלדפֿאַדען האָט מיט אַ יאָר פֿריִער געהאַט געשאַפֿן אין רומעניע. אין 1879 איז קיין אָדעס געקומען אויך גאָלדפֿאַדען. אַזוי איז די שטאָט געוואָרן אַ מקום-גדול אין דער געשיכטע פֿון ייִדיש-טעאַטער. גאָלדפֿאַדענס טרופּע האָט פֿאַרלאָזט אָדעס אין 1880, אָבער אין דער שטאָט האָבן זיך באַוויזן אַנדערע ייִדישע אַקטיאָרן. אַזוי אַז אומעטיק איז דעם אָדעסער ייִדישן תּושבֿ ניט געווען.
|
מיטגלידער פֿון "בונד" בעת דער לוויה פֿון די קרבנות נאָכן פּאָגראָם אין אָדעס 1905 |
|
אָנהייב 1909 האָט זיך אין אָדעס באַוויזן אַ ייִדישער קונסט-טעאַטער. אָנגעפֿירט האָט מיט אים דער דראַמאַטורג פּרץ הירשביין. דאָס איז געווען אַ פּרוּוו צו שאַפֿן אַ טעאַטער פֿאַר אַן אינטעלעקטועלן עולם. פֿריִער האָט מען אין ייִדישן טעאַטער געשפּילט "לײַכטע" פּיעסעס, אויסגערעכנט אויף אַ ווייניק-פֿאָדערנדיקן צושויער. דער טעאַטער האָט אין משך פֿון אַ פּאָר יאָר געהאַט דערפֿאָלג. אָבער סוף-כּל-סוף איז ער פֿאַרמאַכט געוואָרן.
אָדעסער פֿאַרלאַגן פֿלעגן דרוקן ייִדישע ביכער. אין אָדעס זײַנען פֿון צײַט צו צײַט אַרויס ייִדישע צײַטשריפֿטן. אין 1881 האָט זיך אין אָדעס באַזעצט מענדעלע מוכר-ספֿרים, ווײַל ער האָט באַקומען די שטעלע פֿונעם דירעקטאָר פֿון דער אָדעסער תּלמוד-תּורה. ער איז פֿאַרבליבן אַן אָדעסער תּושבֿ ביזן סוף פֿון זײַן לעבן, אין 1917. אויך אַנדערע ייִדישע שרײַבער האָבן אַ לענגערע צי אַ קירצערע צײַט געוווינט אין אָדעס. אין די יאָרן פֿון דער ערשטער וועלט-מלחמה האָט די רוסישע מיליטערישע צענזור כּמעט אין גאַנצן ליקווידירט די ייִדישע פּרעסע און, בכלל, ניט דערלויבט צו דרוקן קיין אויסגאַבעס אויף ייִדיש און העברעיִש. אָבער אין אָדעס איז בײַם סוף 1916 אָנגעהויבן אַרויסגיין אַ ייִדישע צײַטונג, וואָס האָט געהייסן "אונדזער לעבן".
אָבער ניט געקוקט אויף דעם גרויסן בײַטראָג אין דער ייִדישער קולטור, האָט אָדעס ניט באַקומען דעם שם פֿון אַ וויכטיקן צענטער פֿאַר ייִדיש. אָדעס איז מער באַוווּסט פֿאַר איר ראָלע אין דער רוסיש-ייִדישער קולטור, ווי אויך אַ צענטער פֿאַר ציוניסטישער טעטיקייט.