חנה לאַנגמאַן |
מע רעדט וועגן דער חסידישער וועלט. מיר איז אויסגעקומען צו הערן ווי מע חזרט איבער כּלערליי סטערעאָטיפּן, בפֿרט בנוגע די פֿרויען און זייער ראָלע אין דער חסידישער געזעלשאַפֿט. מע מיינט אַן איידל, שיין מיידל, וואָס שווײַגט בדרך-כּלל און איז אַן אויסגעצייכנטער עזר-כּנגדו1 פֿאַר איר מאַן. דאָס קלינגט מיר קאָמיש, ווײַל איך בין אַליין אַ חסידיש מיידל, פֿונעם ליובאַוויטשער רבין. (איצט בין איך אַ גראַדויִר-סטודענטקע אין ניו-יאָרקער אוניווערסיטעט.) מײַנע חבֿרטעס זײַנען אויך ליובאַוויטשער. דערצו וווין איך אין קראַון הײַטס, וואָס איז די צענטראַלע ליובאַוויטשער געגנט אין ברוקלין.
מיר — ווי די ליובאַוויטשער בכלל — זײַנען אין גאַנצן אַנדערש פֿון אַלע סטערעאָטיפּן! דער ליובאַוויטשער רבי האָט גערעדט אַ סך וועגן דער וויכטיקייט פֿון פֿרויען און אונדזער ספּעציעלע עבֿודת-ה'2, ווי אויך אונדזער אַחריות צו תּורה-לערנען, דאַוונען און אַזוי ווײַטער. אַ סך ליובאַוויטשער חסידים טוען שליחות-אַרבעט3 אויך.
אַ נײַ פּאָרפֿאָלק — בערך אַ יאָר נאָך דער חתונה — לאָזט זיך אין וועג אַרײַן, צו בויען אַ חב''ד-הויז און אַ ייִדישע קהילה. כּדי צו ווערן אַ "שלוחה", מוז אַ פֿרוי זײַן שטאַרק אין ייִדישקייט. און זי מוז זײַן אַ שטאַרקע פּערזענלעכקייט. זי דאַרף זיך גוט פֿונאַנדערקלײַבן אין הלכה און חסידות. ווי אַזוי אַנדערש וועט זי קענען פֿירן אַ ייִדישע שטוב, מיט אַלע פּרטים? אַ "שלוחה" מוז אויך קענען רעדן מיט פֿרײַע (ניט קיין פֿרומע) ייִדן וועגן דעם ייִדישן וועג.
קיין חידוש ניט, אַז מיידלעך אין קראַון הײַטס לערנען זיך זייער אַ סך בשעת די שיעורים און פֿאַרברענגענס. אָבער דאָס מיינט אויך, אַז מיר שטעלן מיט זיך פֿאָר אַ כּוח אין אונדזער סבֿיבֿה. און אַז די מיידלעך קלײַבן זיך צונויף, דאַרף מען גלײַך פֿאַרגעסן וועגן "שווײַגן"! ס'איז יום-טובֿדיק און פֿריילעך.
זיכער איז דאָ אויך דער ענין פֿון צניעות4 אין אונדזער לעבן. מיר רעדן ניט אַזוי הויך, ווען אַ בחור קומט אַרײַן. אָבער אויך ער מוז זײַן צניעותדיק און זיך אויפֿפֿירן אַנדערש, ווען ער איז צווישן מיידלעך. אין דער זעלבער צײַט, מיינט ניט צניעות פֿון די מיידלעך און בחורים, אַז מיר זײַנען ניט קיין מענטשן מיט מיינונגען.
אַז מע רעדט שוין וועגן מיינונגען, דאַרף אַ מיידל ניט אָפּגעשאַצט ווערן דורך דער מיינונג פֿון די בחורים. די בעסטע אָפּשאַצונג פֿון אַ מיידל איז, ווען מע באַרעדט זי ניט. אין לעצטן סך-הכּל, זײַנען מיר דאָך איידעלע ייִדישע מיידלעך. אָבער ניט קיין סטערעאָטיפּישע!
1 עזר-כּנגדו (אייזער־קענעגדע) — באַצייכענונג פֿאַר אַ ווײַב
2 עבֿודת־השם (אַווידעס־האַשעם) — גאָטס־דינסט
3 שליחות־אַרבעט (שליכעס) — פֿאָרן איבער דער וועלט צו פֿאַרשפּרייטן ייִדישקייט