חנה לאַנגמאַן

מע רעדט וועגן דער חסידישער וועלט. מיר איז אויסגעקומען צו הערן ווי מע חזרט איבער כּלערליי סטערעאָטיפּן, בפֿרט בנוגע די פֿרויען און זייער ראָלע אין דער חסידישער געזעלשאַפֿט. מע מיינט אַן איידל, שיין מיידל, וואָס שווײַגט בדרך-כּלל און איז אַן אויסגעצייכנטער עזר-כּנגדו1 פֿאַר איר מאַן. דאָס קלינגט מיר קאָמיש, ווײַל איך בין אַליין אַ חסידיש מיידל, פֿונעם ליובאַוויטשער רבין. (איצט בין איך אַ גראַדויִר-סטודענטקע אין ניו-יאָרקער אוניווערסיטעט.) מײַנע חבֿרטעס זײַנען אויך ליובאַוויטשער. דערצו וווין איך אין קראַון הײַטס, וואָס איז די צענטראַלע ליובאַוויטשער געגנט אין ברוקלין.

טײַערע סטודענטן פֿון ייִדיש אין דער גאָרער וועלט:
שלום-עליכם! איך הייס חנה און איך בין אױך אַ סטודענטקע פון ייִדיש. איך שרײַב הײַנט וועגן עפּעס וואָס פֿאַר מיר איז זייער טײַער: ייִדיש און די צוקונפֿט פון ייִדיש אין אַמעריקע. ס׳איז באַוווּסט, אַז אַלץ מער און מער אוניווערסיטעטן האָבן קורסן פֿון דער ייִדישער שפּראַך. אָבער איצט לאָמיך דערציילן אַ פּערזענלעכע מעשׂה וועגן דעם וואָס איז געשען, און מײַן איבערלעבונג אין בראַנדײַס-אוניווערסיטעט.