- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
איך בין געווען אַ נײַע סטודענטקע אין דעם אָנהייבער-קלאַס פֿון ייִדיש. בײַ דער צײַט ווען מײַן שפּראַך האָט זיך פֿאַרבעסערט, האָב איך אױך דערזען מער מעגלעכקייטן פֿאַר ייִדיש אין בראַנדײַס. מײַן ערשטער געדאַנק איז געווען צו שאַפֿן אַ גרופּע דורכצופֿירן סאָציאַלע אונטערנעמונגען: ייִדישע פֿילמען, מוזיק, ביכער און עסן. איך האָב גערעדט מיט די בחורים פֿון אונדזער קלאַס (אַ חוץ מיר, זײַנען אַלע געווען בחורים!), און מיר האָבן געשאַפֿן אַזאַ קרײַז — מיך האָט מען אויסגעקליבן פֿאַרן פּרעזידענט, בנימין שאַפּיראָ האָט געפֿירט דאָס פֿינאַנץ־בוך, און שלום פּאַלעווסקי איז געווען פֿאַראַנטוואָרטלעך פֿאַר די באַציִונגען מיטן קהל. מיר האָבן אַפֿילו אָנגעשריבן אַ קאָנסטיטוציע, כּדי צו בעטן בײַם אוניווערסיטעט געלט. דורך דעם דאָזיקן פּראָיעקט האָבן מיר צו זיך צוגעצויגן אַ סך סטודענטן. מײַן צווייטער געדאַנק האָט געהאַט צו טאָן מיט די אַקאַדעמישע ענינים. די רייד איז געגאַנגען ניט סתּם וועגן "קרעדיטן" פֿאַר לערנען זיך ייִדיש. איך האָב גערעדט מיט אַ צאָל פּראָפֿעסאָרן, אַרײַנגערעכנט דעם ראָש פון ייִדישע לימודים אין בראַנדײַס. ווי אַ פּועל-יוצא פֿון די שמועסן, איז מען געקומען צו אַזאַ פּלאַן: צו שאַפֿן אַ מעגלעכקייט פֿון פֿאַרדינען עפּעס אַ "מײַנאָר" פֿאַר סטודענטן, וואָס האָבן שטודירט ייִדיש אַ געוויסע צאָל שעהען. סוף-כּל-סוף, איז אויך דער פּראָיעקט מקוים געוואָרן. סטודענטן אין דער גאָרער וועלט! איצט איז געקומען אײַער ריי. מע האָט פֿאַר אונדז אָנגעבױט אוניווערסיטעטן, מיר זאָלן אין זיי בליִען און וואַקסן סײַ ווי פֿאָרשער, סײַ ווי מענטשן. און ס׳איז אונדזער חובֿ צו טאָן אַלץ וואָס מיר קענען אויך לטובֿת דער ייִדישער קולטור. ייִדיש איז זייער טײַער און וויכטיק פֿאַר אונדז און פֿאַר אונדזער פֿאָלק. לאָמיר צוציִען צו ייִדיש-קורסן וואָס מער סטודענטן און אַנטוויקלען פּראָגראַמען פֿאַר ייִדיש! שאַפֿט גרופּעס און קרײַזן, וועלכע זאָלן פֿירן אַקטיוויטעטן אַ חוץ די לעקציעס — און האָט הנאה פֿון ייִדיש! אָרגאַניזירט פֿאַרשיידענע מסיבות. רעדט מיט אָנגעשטעלטע פֿון אײַער אוניווערסיטעט, כּדי צו באַקומען אַן אָפֿיציעלן סטאַטוס, ווי אויך געלט פֿאַר פּראָיעקטן און אַ וועבזײַטל. און אפֿשר וועט זיך אײַך אײַנגעבן צו מאַכן אַ "מײַנאָר" פאַר סטודענטן, וואָס לערנען ייִדיש. דאָס איז טאַקע שווערער ווי צו שאַפֿן אַ ייִדישע גרופּע, אָבער עס איז כּדאַי אַ פּרוּוו טאָן. איך ווינטש אײַך הצלחה אין אַלע אײַערע פּראָיעקטן!
|