- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
מע רעדט וועגן דער חסידישער וועלט. מיר איז אויסגעקומען צו הערן ווי מע חזרט איבער כּלערליי סטערעאָטיפּן, בפֿרט בנוגע די פֿרויען און זייער ראָלע אין דער חסידישער געזעלשאַפֿט. מע מיינט אַן איידל, שיין מיידל, וואָס שווײַגט בדרך-כּלל און איז אַן אויסגעצייכנטער עזר-כּנגדו1 פֿאַר איר מאַן. דאָס קלינגט מיר קאָמיש, ווײַל איך בין אַליין אַ חסידיש מיידל, פֿונעם ליובאַוויטשער רבין. (איצט בין איך אַ גראַדויִר-סטודענטקע אין ניו-יאָרקער אוניווערסיטעט.) מײַנע חבֿרטעס זײַנען אויך ליובאַוויטשער. דערצו וווין איך אין קראַון הײַטס, וואָס איז די צענטראַלע ליובאַוויטשער געגנט אין ברוקלין. מיר — ווי די ליובאַוויטשער בכלל — זײַנען אין גאַנצן אַנדערש פֿון אַלע סטערעאָטיפּן! דער ליובאַוויטשער רבי האָט גערעדט אַ סך וועגן דער וויכטיקייט פֿון פֿרויען און אונדזער ספּעציעלע עבֿודת-ה'2, ווי אויך אונדזער אַחריות צו תּורה-לערנען, דאַוונען און אַזוי ווײַטער. אַ סך ליובאַוויטשער חסידים טוען שליחות-אַרבעט3 אויך. אַ נײַ פּאָרפֿאָלק — בערך אַ יאָר נאָך דער חתונה — לאָזט זיך אין וועג אַרײַן, צו בויען אַ חב''ד-הויז און אַ ייִדישע קהילה. כּדי צו ווערן אַ "שלוחה", מוז אַ פֿרוי זײַן שטאַרק אין ייִדישקייט. און זי מוז זײַן אַ שטאַרקע פּערזענלעכקייט. זי דאַרף זיך גוט פֿונאַנדערקלײַבן אין הלכה און חסידות. ווי אַזוי אַנדערש וועט זי קענען פֿירן אַ ייִדישע שטוב, מיט אַלע פּרטים? אַ "שלוחה" מוז אויך קענען רעדן מיט פֿרײַע (ניט קיין פֿרומע) ייִדן וועגן דעם ייִדישן וועג. קיין חידוש ניט, אַז מיידלעך אין קראַון הײַטס לערנען זיך זייער אַ סך בשעת די שיעורים און פֿאַרברענגענס. אָבער דאָס מיינט אויך, אַז מיר שטעלן מיט זיך פֿאָר אַ כּוח אין אונדזער סבֿיבֿה. און אַז די מיידלעך קלײַבן זיך צונויף, דאַרף מען גלײַך פֿאַרגעסן וועגן "שווײַגן"! ס'איז יום-טובֿדיק און פֿריילעך. זיכער איז דאָ אויך דער ענין פֿון צניעות4 אין אונדזער לעבן. מיר רעדן ניט אַזוי הויך, ווען אַ בחור קומט אַרײַן. אָבער אויך ער מוז זײַן צניעותדיק און זיך אויפֿפֿירן אַנדערש, ווען ער איז צווישן מיידלעך. אין דער זעלבער צײַט, מיינט ניט צניעות פֿון די מיידלעך און בחורים, אַז מיר זײַנען ניט קיין מענטשן מיט מיינונגען. אַז מע רעדט שוין וועגן מיינונגען, דאַרף אַ מיידל ניט אָפּגעשאַצט ווערן דורך דער מיינונג פֿון די בחורים. די בעסטע אָפּשאַצונג פֿון אַ מיידל איז, ווען מע באַרעדט זי ניט. אין לעצטן סך-הכּל, זײַנען מיר דאָך איידעלע ייִדישע מיידלעך. אָבער ניט קיין סטערעאָטיפּישע! 1 עזר-כּנגדו (אייזער־קענעגדע) — באַצייכענונג פֿאַר אַ ווײַב 2 עבֿודת־השם (אַווידעס־האַשעם) — גאָטס־דינסט 3 שליחות־אַרבעט (שליכעס) — פֿאָרן איבער דער וועלט צו פֿאַרשפּרייטן ייִדישקייט |