|
אַ גרופּע תּלמידים בײַם צוגרייטן די עקספּאָזיציע |
|
אינעם אָנגעזעענעם "פּאַריזער ייִדיש צענטער — מעדעם־ביבליאָטעק" — דעם גרעסטן ייִדישן שפּראַך־אינסטיטוט אין אייראָפּע — לערנען זיך ייִדיש נישט בלויז דערוואַקסענע. יעדע צוויי וואָכן קומען צווישן 20 און 28 קינדער זיך אויך לערנען מאַמע־לשון.
די "קינדערשול" טרעפֿט זיך צוויי זונטיקן אַ חודש, פֿון 2:30 ביז 5:30 נאָך מיטאָג.
בעת אַן אינטערוויו מיטן "פֿאָרווערטס", האָט איינע פֿון די דרײַ לערער, אַניק פּרים־מאַרגוליס, דערקלערט, אַז די אַדמיניסטראַציע וואָלט געוואָלט אָפּהאַלטן די קלאַסן יעדע וואָך, אָבער אַ סך פֿון די קינדער וווינען נישט אין פּאַריז, נאָר אין דער פּראָווינץ און אַפֿילו אין אַנדערע לענדער, אַזוי אַז ס’איז פּשוט נישט פּראַקטיש אײַנצופֿירן אַ וועכנטלעכן קלאַס.
ס׳רובֿ פֿון די עלטערן, וועלכע האָבן פֿאַרשריבן זייערע קינדער אין שול, קענען נישט קיין ייִדיש, און אַ טייל פֿון זיי זענען אַפֿילו נישט קיין אַשכּניזישע. פֿון דעסטוועגן, זענען צוויי פֿון די עלטערן געוועזענע סטודענטן פֿון די ייִדיש־קורסן, און קענען דערפֿאַר לייענען ייִדיש. עס זענען אויך דאָ עטלעכע ייִדיש־רעדנדיקע באָבעס און זיידעס.
איין מאָל אַ חודש קומען אין דער "קינדערשול" צוויי קינדער, וואָס רעדן פֿליסיק ייִדיש: טרײַנע און קריינדל נויבערג, די קינדער פֿון ד״ר שמעון נויבערג, דעם ייִדיש־פּראָפֿעסאָר אין טריִער־אוניווערסיטעט, דײַטשלאַנד, און זײַן פֿרוי, חנה־געלע. הגם די קלאַסן אין דער "קינדערשול" זענען זיכער צו גרינג פֿאַר די נויבערג־טעכטערלעך, שאַפֿט עס פֿאַר זיי אַ געלעגנהייט זיך צו טרעפֿן מיט אַנדערע קינדער, וועלכע האָבן אַ שײַכות צו ייִדיש, און דערבײַ דינען זיי ווי אַ פֿײַנער מוסטער פֿאַר זייערע מיט־תּלמידים.
די קינדער, וועלכע זענען צווישן 3 און 12 יאָר אַלט, ווערן צעטיילט אויף דרײַ גרופּעס. מיט די ייִנגסטע, פֿון 3 ביז 5 יאָר, לערנט אַניעל פֿישביין. זי ברענגט אַרײַן צייכענונגען אין שײַכות מיט אַ געוויסער טעמע (למשל, אַ טיש, אַ טישטעך, בענקלעך). זי חזרט אײַן די ווערטער מיט די קינדער, זיי באַמאָלן די בילדער, און דערנאָך שרײַבט זי די ווערטער פּאַמעלעך אויפֿן טאָוול, און די קינדער שרײַבן זיי אַרײַן אין זייערע העפֿטן. אַניעל לערנט זיי אויך לידער, וואָס נעמען אַרײַן די נײַע ווערטער.
אינעם מיטעלן קלאַס, אָנגעפֿירט פֿון שאַראָן בר־כּוכבֿא, לערנען זיך קינדער אין עלטער פֿון 6 ביז 9 יאָר, שרײַבן און לייענען דורך אַ ספּעציעלן שפּראַך־מעטאָד. זיי לערנען זיך אויך לידער (פּאָעמעס) און זינג־לידער, באַגלייט מיט אַ גלאָסאַר. אינעם עלטסטן קלאַס, לערנען זיך מער אינטענסיוו אַ 10־יאָריק מיידל און אַ 12־יאָריק ייִנגל. דאָס ייִנגל האָט אַזאַ הנאה פֿון די לימודים, אַז איבער אַ יאָר האָט ער בדעה זיך צו פֿאַרשרײַבן אינעם קלאַס פֿאַר דערוואַקסענע.
שטעלט זיך די פֿראַגע: ווי אַזוי געדענקען די קינדער וואָס זיי האָבן זיך געלערנט, אויב זיי קומען אין קלאַס בלויז צוויי מאָל אַ חודש? ענטפֿערט אַניק: "די עלטערע תּלמידים קענען גוט געדענקען זייערע לעקציעס, ווײַל זיי קריגן אַרבעט צוצוגרייטן אין דער היים; געוויינטלעך, אַ פּאָר זײַטן מיט געניטונגען. אַחוץ דעם, האָט מען פֿאַר זיי געמאַכט, אָנהייב־יאָר, אַ קאָמפּאַקטל לידער, באַגלייט מיטן טעקסט אויף ייִדיש, מיט אַ טראַנסליטעראַציע און אַן איבערזעצונג."
די לערער מוטיקן די קינדער צו שפּילן דעם קאָמפּאַקטל אין דער היים, כּדי טאַטע־מאַמע זאָלן זיך אויך אויסלערנען די לידער. "מע וויל, אַז די עלטערן זאָלן זיך פֿילן אַנגאַזשירט," האָט אַניק געזאָגט. מיט פֿיר יאָר צוריק האָבן עטלעכע עלטערן געבעטן שאַפֿן אַ ייִדיש־קלאַס פֿאַר זיי אויך, אָבער בלויז 3 אָדער 4 מענטשן האָבן זיך פֿאַרשריבן, האָט מען באַשלאָסן, אַז ס׳איז נישט כּדאַי.
אַ טייל פֿון די עלטערן זאָגן, אַז זיי הערן אין דער היים ווי זייערע קינדער זינגען די ייִדישע לידער פֿון דער "קינדערשול". אַ מאַמע האָט דערציילט, אַז זי האָט איין מאָל אונטערגעהערט, ווי איר 3־יאָריק מיידעלע זינגט אַ ליד און זשעסטיקולירט מיט די הענט. ווען די מאַמע האָט זיך דערנענטערט, האָט זי פֿאַרשטאַנען, אַז ס’איז אויף ייִדיש: "אוי, מײַן קעפּעלע טוט מיר וויי..." דאָס מיידעלע האָט אָבער, נעבעך, נישט געדענקט אַלע ווערטער, האָט זי פּשוט איבערגעחזרט די זעלבע שורה.
"די ייִנגסטע זינגען נישט אַזוי גוט, ווײַל זיי קענען נישט פֿאַרגעדענקען," האָט אַניק געזאָגט. די מיטעלע געדענקען די לידער אַ סך בעסער ווײַל זיי קענען שוין איבערלייענען די געזאַנג־בלעטער.
נאָכן שפּראַך־לימוד, קומט אַ הפֿסקה, און דערנאָך באַטייליקן זיך די קינדער אין אַ וואַרשטאַט, געווידמעט אַ געוויסער טעמע, ווי, למשל, אַ יום־טובֿ, אָדער עפּעס פֿון דער ייִדישער קולטור. פֿאַראַיאָרן האָט מען זיך אָפּגעגעבן מיט וויכטיקע ייִדישע פּערזענלעכקייטן. אַרײַנגענומען האָט מען פּרעזענטלעכקייטן פֿונעם תּנ״ך (אַבֿרהם אָבֿינו), שרײַבער (שלום־עליכם), קינסטלער (מאַרק שאַגאַל) און פֿאָלקס־פּערסאָנאַזשן (הערשעלע אָסטראָפּאָליער). די קינדער האָבן צונויפֿגעשטעלט אַ גרויסע עקספּאָזיציע פֿון די אַלע העלדן, און עס אויפֿגעהאָנגען אויף דער וואַנט; דערצו האָבן זיי געמאַכט קלענערע עקספּאָזיציעס פֿאַר זיך אַליין.
און וואָס טראַכטן די תּלמידים וועגן די ייִדיש־לעקציעס? "ס׳איז אונדז טאַקע אַ חידוש, ווען מיר זעען, ווי פֿריילעך די קינדער זענען, ווען זיי קומען צו אונדז," האָט אַניק באַמערקט. "אפֿשר פֿרייען זיי זיך, ווײַל זיי זעען זייערע פֿרײַנד נאָר דאָ אין קלאַס. זיי זיצן און אַרבעטן צוזאַמען, און מע זעט, אַז זיי האָבן הנאה."