ווי עס ווערט דערציילט אין דער פֿאָריקער פּרשה, איז יוסף אײַנגעזעצט געוואָרן אין טורמע צוליב אַ פֿאַלשער באַשולדיקונג פֿון פּוטיפֿרס ווײַב. "ויהי מקץ שנתים ימים", כּמעט מיט צוויי יאָר שפּעטער, האָט פּרעה דערזען צוויי חלומות, אין וועלכע זיבן דאַרע קי האָבן אויפֿגעגעסן זיבן פֿעטע קי און זיבן אָפּגעשלאָגענע זאַנגען האָבן אויפֿגעגעסן זיבן געראָטענע זאַנגען.
דער שׂר-המשקים האָט איבערגעגעבן דעם פֿאַרזאָרגטן מלך, אַז בעת זײַן אַרעסט האָט ער געטראָפֿן אין טורמע אַ ייִדישן יונגערמאַן, וועלכער האָט אַרויסגעוויזן אַ וווּנדערלעכן כּשרון פּותר צו זײַן חלומות. פּרעה האָט געהייסן ברענגען יוספֿן צו זיך; יוסף האָט דערקלערט, אַז די פֿעטע קי און די אָפּגעשלאָגענע זאַנגען סימבאָליזירן זיבן גערעטענישפֿולע יאָרן, נאָך וועלכע עס וועט קומען אַ שטאַרקער זיבן־יעריקער הונגער. ער האָט געגעבן אַן עצה אָנצוהייבן זאַמלען די גערעטעניש, כּדי איבערצולעבן דעם קומענדיקן הונגער.
יוספֿס נבֿיאיִשע עצות האָבן געראַטעוועט מצרים פֿון אַ קאַטאַסטראָפֿע, און דערפֿאַר האָט פּרעה אים באַשטימט ווי זײַן שני־למלך. ווי עס ווערט דערציילט אין די קומענדיקע פּרשיות, האָט ער אויך געראַטעוועט זײַן משפּחה, וועלכע האָט געליטן פֿון הונגער אין ארץ-כּנען.
די הײַנטיקע סדרה הייסט "מקץ" — "בײַם סוף". דאָס וואָרט "קץ" באַצייכנט אָפֿט ביאת־המשיח, דערפֿאַר קאָן מען אָפּטײַטשן דעם נאָמען פֿון דער פּרשה ווי "אַ שטיקל גאולה".
יהודה און יוסף רעפּרעזענטירן צוויי היפּוכדיקע מינים לעבנס־וועגן און גײַסטיקער השׂגה, דערפֿאַר האָט יהודה געשפּילט אַ הויפּט־ראָלע אינעם פֿאַרקויפֿן זײַן ברודער קיין מצרים. ווען יוסף איז באַפֿרײַט געוואָרן פֿון טורמע און אָפּגעטײַטשט ריכטיק פּרעהס חלומות, איז געוואָרן קלאָר, אַז די גאַנצע מעשׂה מיט זײַן אָנקומען קיין מצרים איז געווען באַשערט פֿון הימל. פֿון דער צווייטער זײַט, יהודה און צו אַנדערע יוספֿס ברידער האָבן פֿאַרשטאַנען, אַז יוספֿס פֿריִערדיקע חלומות, אין וועלכע ער איז געוואָרן אַ הערשער איבער זײַן אייגענער משפּחה, זענען אויך געווען אַ השגחה־פּרטית, און נישט חוצפּהדיקע פֿאַנטאַזיעס, ווי זײַנע ברידער האָבן צוערשט געטראַכט.
ווי מיר האָבן שוין באַהאַנדלט פֿריִער, איז דער מחלוקת צווישן יעקבֿ און עשׂו אַ טייל פֿון דער אַלגעמיינער באַציִונג צווישן "תּיקון" און "תּוהו", סדר און כאַאָס אינעם אוניווערס. ווען משיח וועט קומען, וועט די סתּירה צווישן די דאָזיקע צוויי פּרינציפּן בטל ווערן.
דער איזשביצער רבי דערקלערט אין זײַן ספֿר "מי השילוח", אַז יוסף רעפּרעזענטירט דעם פּרינציפּ פֿון סדר, און יהודה — דעם פּרינציפּ פֿון כאַאָס. להיפּוך צו עשׂון, איז ער אָבער געווען אַ גרויסער צדיק; די "אומסדרדיקייט" איז געווען אַ טייל פֿון זײַן עבֿודת־השם. יוסף האָט געהאַט דעם כּשרון צו זען דעם אינערלעכן סדר און באַדײַט אַפֿילו אין אַזעלכע אומראַציאָנעלע זאַכן, ווי חלומות.
יהודה פֿלעגט צומאָל דווקא אָננעמען "אומסדרדיקע" באַשלוסן. למשל, זײַנע קינדער זענען געבוירן געוואָרן פֿון דער פֿאַרבינדונג מיט תּמר, וועלכע האָט זיך פֿאַרשטעלט פֿאַר אַ זונה. ווי דער איזשביצער רבי דערקלערט, האָט ער געמיינט, אַז זײַן חשק צו תּמר איז אַ סימן פֿון השגחה־פּרטית. אַזוי ווי אינעם פֿאַל מיט מכירת־יוסף, האָט זיך אין דער צוקונפֿט אַרויסגעוויזן, אַז זײַן זיווג איז טאַקע געווען באַשערט, און איז שפּעטער געוואָרן דער יסוד פֿון מלכות־בית־דוד. להיפּוך, האָט יוסף זיך אָפּגעזאָגט אָנצורירן פּוטיפֿרס ווײַב; זײַן אָפּזאָג האָט גורם געווען אַ גאַנצע קייט פֿון השגחה־פּרטיתדיקע געשעענישן.
די סתּירה צווישן יוספֿס און יהודהס דרך איז געלייזט געוואָרן — לכל־הפּחות, אויף אַ ווײַל — ווען ער איז געוואָרן אַ שני־למלך און זיך איבערגעבעטן מיט זײַנע ברידער. דערפֿאַר איז זײַן באַפֿרײַונג פֿון תּפֿיסה טאַקע געווען "אַ שטיקל גאולה", אינעם מעטאַפֿיזישן זין.
פּרשת "מקץ" איז פֿאַרבונדן אויף אַ סך פֿאַרשיידענע אופֿנים מיטן הײַנטיקן יום־טובֿ, חנוכּה. דער קלאַסישער קאָמענטאַטאָר בעל־הטורים באַמערקט, אַז אין פּרעהס חלום זענען די זיבן געראָטענע זאַנגען אויפֿגעקומען פֿון איין שטאַם, "בקנה אחד". די זעלבע פֿראַזע טרעפֿט זיך נאָך איין מאָל אינעם חומש, אין שײַכות מיט דער מנורה. די זיבן אָפּגעשלאָגענע זאַנגען סימבאָליזירן אויך די יוונים, וועלכע האָבן מטמא געווען דעם מנורה־אייל אינעם בית־המקדש.
אַזוי ווי יוספֿס באַפֿרײַונג, איז דער נצחון פֿון די חשמונאָים געווען אַ "שטיקל גאולה" אינעם מעטאַפֿיזישן זין. די סיריש־גריכישע אימפּעריע האָט זיך נישט גערעכנט, אַז אַ ספּאָנטאַנער אויפֿשטאַנד פֿון אַ קליינער גרופּע ייִדישע פּאַרטיזאַנער קאָן מנצח זײַן איר גרויסער אַרמיי. אינמיטן דער כאַאָטישער מהומה פֿון מלוכישע רדיפֿות און בירגערקריג האָט זיך פּלוצעם אַרויסגעוויזן די ג־טלעכע השגחה.
דאָס וואָרט חנוכּה קאָן אָפּגעטײַטשט ווערן ווי די פֿראַזע "חנו כּ״ה" — "זיי האָבן אָפּגערוט דעם 25סטן טאָג (פֿונעם חודש כּיסלו)". אין דער טראַדיציאָנעלער ייִדישקייט באַטראַכט מען נישט חנוכּה ווי אַ "מיליטערישן יום־טובֿ". מע דערמאָנט זיך אינעם נס מיט די מנורה־ליכט און מע פּראַוועט די באַפֿרײַונג פֿון די רשעים, וועלכע האָבן פֿאַרווערט די ייִדן אויסצופֿירן זייערע טראַדיציעס. ס׳איז אויך וויכטיק צו באַמערקן, אַז דאָס שפּעטערדיקע מלכות־חשמונאָים האָט זיך אָפֿט געפֿירט אומיושרדיק און אַכזריותדיק.
אַ הײַנטצײַטיקער קאָמענטאַטאָר, הרבֿ חיים פֿרידלענדער, האָט באַמערקט, אַז דער נאָמען פֿונעם יום־טובֿ איז פֿאַרבונדן מיט רו, און נישט מלחמות. מיר פּראַווען דעם ניסימדיקן מאָמענט, ווען עס האָט זיך אין דער וועלט ווידער אַנטפּלעקט "אַ שטיקל גאולה", אַזוי ווי אין דער צײַט פֿון יוספֿן.
די פּאַראַדאָקסישע באַציִונגען צווישן דעם סדר און כאַאָס אינעם אוניווערס באַווײַזט זיך באַזונדערס בולט אין דער דריידל־שפּיל. ווי עס ווערט דערקלערט אין ספֿרי־חסידות, סימבאָליזירן די פֿיר זײַטן פֿונעם דריידל פֿאַרשיידענע מדרגות פֿון רוחניות און גשמיות, וואָס האַלטן זיך אין איין דרייען.
ווען אַ דריידל שטעלט זיך אָפּ, ווײַזט עס איינע פֿון די פֿיר זײַטן. פֿון איין זײַט, איז די שפּיל אינגאַנצן באַגרינדעט אויף צופֿעליקע, כאַאָטישע שאַנסן. פֿון דער צווייטער זײַט, קאָן מען זאָגן, אַז דער גאַנצער טיפֿער מעטאַפֿיזישער באַדײַט פֿונעם דריידל שטעקט אין די אותיות, וועלכע באַווײַזן זיך דווקא ווען עס שטעלט זיך אָפּ. יוסף האָט געהאַט די פֿעיִקייט צו דערזען אינעם דרייעניש פֿון זײַנע חלומות די סימנים, וועלכע האָבן אים געהאָלפֿן צו "געווינען", נישט געקוקט אויף אַלע שוועריקייטן פֿון זײַן לעבן.
די זעלבע אותיות אויפֿן דריידל לאָזן זיך אָפּטײַטשן סײַ ווי אַ קלאַסישער בײַשפּיל פֿון צופֿעליקייט, סײַ ווי טיפֿע מיסטישע און פֿילאָסאָפֿישע רמזים — עס ווענדט זיך, ווי מע קוקט. אַזוי זענען די אָרדענונג און כאַאָס, אין אַלגעמיין — צוויי זײַטן פֿונעם זעלבן "וועלט־דרייעניש" אַרום דעם ג־טלעכן צענטער — הגם מע וועט דײַטלעך פֿאַרשטיין די אייניקייט פֿון די דאָזיקע פּרינציפּן נאָר אין דער גאולה־צײַט.