טײַערע חזנטע,
מײַן זון לערנט זיך אינעם צווייטן קלאַס פֿון אַ רעליגיעזער שול. זײַן קלאַס האָט געמאַכט הבֿדלה אין דער היים פֿון אַן אַנדער תּלמיד און איך בין אויך געגאַנגען. איך קום אַרײַן אין זייער אַ שיין הויז, באַפּוצט מיט כּלערליי חנוכּה־באַצירונגען — דריידל, חנוכּה־לעמפּלעך, בלוי און ווײַסע פּאַפּיר־אויסשניטן און — אַ ניטל־בוים! איך האָב נישט געקענט גלייבן מײַנע אויגן — אַ ניטל־בוים אין אַ ייִדישער היים, וווּ ביידע עלטערן זענען ייִדן. די באַצירונגען אויפֿן בוים זענען געווען קליינע חנוכּה־לעמפּלעך און דריידלעך און מע האָט דעם בוים גערופֿן אַ חנוכּה־בוים. אָבער למען האמת, האָט עס אויסגעזען ווי אַ ניטל־בוים אין חנוכּה־קליידער. מײַן זון, עווען, האָט באַלד געבעטן, מיר זאָלן אויך קויפֿן אונדזער אייגענעם חנוכּה־בוים. ער פֿאַרשטייט נישט פֿאַרוואָס זײַן חבֿר, אַ ייִד, קען האָבן אַ חנוכּה־בוים, און ער נישט. ווי אַזוי קען איך אים אויפֿקלערן וועגן דעם ענין, אָן צו רעדן שלעכטס אויף זײַן חבֿר?
שטאָלץ מיט חנוכּה
טײַערע שטאָלץ מיט חנוכּה,
זאָגט עווען, אַז יעדער ייִדישע משפּחה באַשליסט פֿאַר זיך אַליין, ווי אַזוי צו פּראַווען די ייִדישע יום־טובֿים, און וואָסערע יום־טובֿדיקע סימבאָלן מע זאָל ווײַזן אין דער היים. ווײַזט אים וואָס איר ניצט פֿאַר חנוכּה, אפֿשר אַ חנוכּה־לעמפּל, דריידלעך, בילדער וואָס עווען האָט געמאַכט אין זײַן שול. די סימבאָלן זענען טאַקע סימבאָלן פֿון חנוכּה. אַ בוים אין דער היים איז אָבער אַ סימבאָל פֿון ניטל. מיר פּראַווען ניט ניטל און עס פּאַסט ניט פֿאַר אונדז צו האָבן אַ ניטל־בוים.
טײַערע חזנטע,
מײַן מאַנס זיידע, סימאָר נאָרמאַן כּהן, איז אַנומלט געשטאָרבן. מײַן מאַן דוד איז געווען זייער נאָענט צום זיידן און דאָס איז אַ שווערע צײַט פֿאַר אים. איך טראָג אין 6טן חודש, און דוד האָט געהאָפֿט, אַז ער וועט זײַן זיידן מאַכן פֿאַר אַן עלטער־זיידן. נאָר איצט וויל דוד געבן אַ נאָמען אונדזער קינד נאָכן זיידן (מיר ווייסן שוין, אַז ס'וועט, מירטשעם, זײַן אַ ייִנגל).
אפֿשר איז סימאָר נאָרמאַן געווען אַ שיינער נאָמען פֿאַר אַ ייִנגל מיט יאָרן צוריק, אָבער ס׳איז נישט מײַן געשמאַק. מיר דאַכט, אַז ס׳איז אַ נאָמען פֿאַר אַן אַלטן ייִד (די אַלע יונגע לייענער וואָס הייסן סימאָר אָדער נאָרמאַן וועלן מיר מוזן מוחל זײַן). דער נאָמען געפֿעלט מיר נישט אין גאַנצן. אָבער דוד איז נישט צופֿרידן, ווען איך לייג פֿאָר צו ניצן נאָר דעם ערשטן אות. מיר קענען שוין נישט ווײַטער פֿאַרהאַנדלען וועגן דעם ענין — ער האַלט זיך בײַ זײַנס, און איך בײַ מײַנס. ווי קען מען געפֿינען אַ פּשרה פֿאַר אונדזער זונס נאָמען?
טראָגעדיק, אָבער נישט מיט אַ סימאָר נאָרמאַן
טײַערע טראָגעדיק,
זיכער האָט סימאָר נאָרמאַן געהאַט אַ ייִדישן נאָמען; זאָל דער נאָמען ווערן אײַער זונס ייִדישער נאָמען. פֿאַר זײַן ענגלישן נאָמען קען מען אפֿשר אויסקלײַבן סימאָר אָדער נאָרמאַן פֿאַר אײַער זונס מיטעלען נאָמען, און איר קענט ניצן דעם ערשטן אות פֿונעם אַנדערן נאָמען פֿאַרן ערשטן נאָמען. איך האַלט, אַז דאָס וואָלט געווען יושרדיק פֿון אײַערט וועגן, און אַזוי אַרום וואָלט מען באמת אָפּגעגעבן כּבֿוד דודס זיידע דורכן נאָמען. אין אַ מזלדיקער שעה!
טײַערע חזנטע,
וויפֿל מאָל קען איך בעטן בײַ אַ מיידל, זי זאָל באַוויליקן אַרויסצוגיין מיט מיר, איידער איך באַשליס, אַז ס׳איז אַרויסגעוואָרפֿן די מי?
עקשן
טײַערער עקשן,
גענוג צו בעטן! נעמט אָן, אַז ווען מע זאָגט ניין, איז ניין, און גייט ווײַטער אָן מיטן לעבן.
טײַערע חזנטע,
מײַנע קינדער קריגן זיך כּסדר וועגן דער פֿראַגע — ווער האָט מיך ליב מער? יעדן טאָג ווילן זיי איך זאָל זיי זאָגן, וועמען איך האָב מער ליב. איך קלייב אויס דאָס קינד וואָס פֿירט זיך אויף דאָס בעסטע כּדי צו מאָטיווירן ביידע קינדער זיך לײַטיש אויפֿצופֿירן. האָב איך אַ טעות?
מאַמע מיט פֿיר קינדער
טײַערע מאַמע מיט פֿיר קינדער,
גוט, איר מעגט באַשליסן ווער ס'פֿירט זיך אויף צום בעסטן יעדן טאָג, אָבער דער ענטפֿער צו דער פֿראַגע איז, אַז איר האָט זיי אַלע גלײַך ליב.
* * *
איר האָט שאלות אין "הלכות־ליבע?" שיקט אַ בריוו — אויף ייִדיש אָדער ענגליש — צו חזנטע סלעק:
HazzanAri@yahoo.com
אָדער
Cantors Office
10400 Wilshire Blvd
Los Angeles, CA 90024