פֿונעם אייביקן קוואַל

"ויהי בשלח פּרעה את העם". פּרעה האָט פֿאַרטריבן דאָס ייִדישע פֿאָלק, כּדי אָפּצושטעלן די מכּות. ווען די ייִדן זענען אַרויס פֿון מצרים, האָט דער בייזער קיניג באַשלאָסן זיי ווידער צו פֿאַרשקלאַפֿן. ווען די ייִדן זענען צוגעקומען אין געאײַל צו דעם ברעג פֿונעם ים־סוף, מיינענדיק, אַז די מיצרים וועלן זיי באַלד דעריאָגן, האָט דער אייבערשטער געמאַכט אַ נס: משה רבינו האָט אויסגעשטרעקט זײַן שטעקן, און דאָס וואַסער אינעם ים־סוף האָט זיך צעשפּאָלטן.

פּרעהס אַרמיי האָט אויך געפּרוּווט אַרײַנצוטרעטן אינעם צעשפּאָלטענעם ים, אָבער דאָס וואַסער האָט זיך צוריק צונויפֿגעגאָסן און פֿאַרפֿלייצט די מיצרים. די ייִדן האָבן באַדאַנקט דעם באַשעפֿער פֿאַר אַזאַ נס מיט אַ לויב־געזאַנג, "שירת־הים", צוליב וועלכן דער הײַנטיקער שבת טראָגט אַ ספּעציעלן נאָמען — "שבת־שירה".

ווען די ייִדן זענען אַריבערגעגאַנגען דעם ים, זענען זיי אַרײַנגעטראָטן אינעם מידבר. נאָך דרײַ טעג וואַנדערונגען, האָבן זיי אָנגעהויבן טענהן, אַז זיי וועלן באַלד שטאַרבן פֿון דורשט און הונגער. צום סוף, האָבן זיי געפֿונען אַ קוואַל מיט שטאַרק ביטער וואַסער. דער אייבערשטער האָט געוויזן משה־רבינו אַ געוויסן מין בוים, וואָס איז מסוגל צו פֿאַרבעסערן דעם טעם פֿונעם וואַסער. משה האָט אַרײַנגעוואָרפֿן אַ שטיק האָלץ אינעם קוואַל, און דאָס וואַסער איז געוואָרן זיס.

שפּעטער, האָט דער אייבערשטער אָנגעהויבן זיי שיקן יעדן פֿרימאָרגן דעם מן — דאָס הימלדיקע "ברויט". אַחוץ דעם, האָט דער ייִדישער לאַגער זיך אָנגעפֿילט מיט כּשרע ווילדע פֿייגל, "שׂלו", וועלכע האָבן באַזאָרגט די ייִדן מיט פֿליישיקן שפּײַז.

אַחוץ דער מעשׂה מיטן "שׂלו", איז די הײַנטיקע פּרשה אויף עטלעכע אופֿנים פֿאַרבונדן מיט ווילדע פֿייגעלעך. די שירה, וואָס די באַפֿרײַטע ייִדן האָבן געזונגען, ווען זיי זענען אַריבערגעגאַנגען דעם ים, קאָן פֿאַרגליכן ווערן מיט דער פֿייגלשער צוויטשערײַ. צוליב דעם, איז אין אַ טייל ייִדישע קהילות אָנגענומען דעם מינהג צו געבן ווילדע פֿייגעלעך עסן דעם הײַנטיקן שבת.

געוויינטלעך, טאָר מען נישט קאָרמען שבת קיין ווילדע בעלי־חיים. אַ סך רבנים האַלטן טאַקע, אַז כּדי אָפּצוהיטן דעם אַלטן מינהג, מוז מען אַרויסשטעלן דעם פֿייגל־שפּײַז פֿון פֿריִער, פֿרײַטיק.

דער ליובאַוויטשער רבי און אַ טייל אַנדערע באַקאַנטע חסידישע מנהיגים האָבן אָבער געשטיצט די אַלטע פֿאָלק־טראַדיציע און געהייסן עס צו טאָן דווקא שבת (הגם, פֿאַרשטייט זיך, אינמיטן אַן עירובֿ, וווּ מע מעג אַרויסטראָגן דעם שפּײַז).

הרבֿ יחיאל־מיכל עפּשטיין, אַ באַקאַנטער ליטווישער פּוסק, דערקלערט אין זײַן ספֿר "ערוך־השולחן", אַז "מינהג ישׂראל — תּורה". ווי באַלד די דאָזיקע טראַדיציע איז אָנגענומען בײַם פֿאָלק, מוז זי האָבן עפּעס אַ טעם. דער "ערוך־השולחן" לייגט פֿאָר עטלעכע תּירוצים. קודם־כּל, איז דאָס געבן עסן פֿאַר די פֿייגעלעך פֿאַר אונדז נישט קיין טירחא. דער עולם זאָגט, אַז די פֿייגל האָבן געזונגען, ווען די ייִדן זענען אַרויס פֿון מצרים.

דעריבער, גיבן מיר זיי עסן, כּדי זיי צו באַדאַנקען און דערמאָנען זיך די "שירת־הים". צווייטנס, גיט דער "ערוך־השולחן" צו, קאָן מען זאָגן, אַז מע מעג עס טאָן לשם־מיצווה — פּונקט אַזוי, ווי מע מעג האָדעווען אַ היימישע קאַץ אָדער אַן אַנדער חיה, וואָס נייטיקט זיך אין דער מענטשלעכער הילף — אַזוי ווי, למשל, אַ פֿאַרווילדעוועטער הונט. "שבת־שירה" איז, געוויינטלעך, זייער קאַלט, און ס׳איז טאַקע שווער פֿאַר די פֿייגל אויסצולעבן.

אַ צאָל אַנדערע באַקאַנטע רבנים פֿאַרבינדן דעם דאָזיקן מינהג מיטן מן. משה רבינו האָט געוואָרנט די ייִדן, אַז שבת וועלן זיי נישט געפֿינען אינעם מידבר דאָס "הימלישע ברויט", אָבער פֿרײַטיק וועלן זיי קאָנען זאַמלען אַ טאָפּלטע פּאָרציע. דער מדרש זאָגט, אַז דתן און אבירם — די ייִדישע נשׂיאים, וועלכע האָבן זיך שפּעטער באַטייליקט אין קורחס מחלוקת — האָבן געוואָלט אויפֿווײַזן, אַז משה איז נישט גערעכט, און האָבן ספּעציעל פֿאַרשפּרייט מן אינעם מידבר, כּדי מע זאָל אים יאָ קאָנען געפֿינען שבת; די פֿייגעלעך האָבן אָבער אויפֿגעגעסן דעם מן. צוליב דעם, וואָס זיי האָבן געהאָלפֿן די ייִדן אָפּצוהיטן שבת, גיט מען זיי די הײַנטיקע וואָך אָפּ אַ באַזונדערן כּבֿוד.

אַן אַנדער תּירוץ, וואָס ווערט געבראַכט אין "ספֿר מטעמים", איז בעצם אַ מעטאַפֿיזישער. די מוזיק און געזאַנג ווערן געשאַפֿן דורך דער וויבראַציע פֿון דער לופֿט. די פֿייגל באַהערשן דעם עלעמענט פֿון לופֿט גופֿא, דערפֿאַר ווערן זיי גערופֿן "בעלי־השיר", ווײַל זיי קאָנען זינגען בעסער, ווי אַלע אַנדערע באַשעפֿענישן.

די הײַנטיקע פּרשה איז אויך פֿאַרבונדן מיט דעם הײַנטיקן יום־טובֿ — חמשה־עשׂר־בשבֿט. דאָס האָלץ, וואָס משה רבינו האָט אַרײַנגעוואָרפֿן אינעם קוואַל, סימבאָליזירט די תּורה, וואָס ווערט אָנגערופֿן "עץ־חיים", און איז פֿאַרבונדן מיטן גײַסטיקן "בוים פֿונעם לעבן". דער מן ווערט אויך אָנגערופֿן "לחם מן השמים", די הימלישע "תּבֿואה" פֿון גן־עדן. דער אייבערשטער אַליין ווערט אויך פֿאַרגליכן מיט אַ בוים, ווײַל די ג־טלעכע השפּעה ווערט אַנטפּלעקט אין די מענטשלעכע נשמות דורך אַ בוים־אַרטיקער סטרוקטור פֿון אומצאָליקע שמות, מאַניפֿעסטאַציעס און מדרגות. אויף דעם דאָזיקן בוים־סימבאָליזם איז געבויט דער חמשה־עשׂרדיקער סדר, וואָס מע פּראַוועט אין אַ טייל קבלה־געשטימטע ייִדישע קהילות.

בקיצור, די הײַנטיקע סדרה איז פֿאַרבונדן מיט ביימער און פֿייגל — צוויי פֿאַרשפּרייטע סימבאָלן פֿון דער לעבעדיקער נאַטור. דער הויפּט־מאָטיוו פֿון דער פּרשה — די קריאת־ים־סוף — זעט אָבער אויס ווי אַ היפּוך פֿון די נאַטור־געזעצן; דער ים האָט זיך צעשפּאָלטן און זיך אויפֿגעשטעלט ווי אַ וואַנט, קעגן דער געוויינטלעכער טבֿע פֿונעם וואַסער. פֿאַרוואָס זשע ווערט דער דאָזיקער נס אַסאָציִיִרט דווקא מיט אַזעלכע סטערעאָטיפּישע נאַטירלעכע סימבאָלן?

אין דער אמתן, איז דער עיקר־נס בײַם קריאת־ים־סוף נישט געווען די צעשפּאַלטונג פֿונעם ים. עס קאָן אַפֿילו זײַן, אַז די וויסנשאַפֿטלער וועלן אַמאָל באַווײַזן, אַז זיי קאָנען עס אויך טאָן מיט דער הילף פֿון עפּעס אַ חידושדיקער טעכנאָלאָגיע. דער עיקר־נס איז געווען די באַפֿרײַונג פֿונעם ייִדישן פֿאָלק. ווען די ייִדן האָבן געמיינט, אַז זיי וועלן באַלד שטאַרבן אָדער ווערן ווידער שקלאַפֿן, האָט זיי דער באַשעפֿער אויסגעלייזט אויפֿן אַן אינגאַנצן אומדערוואַרטן אופֿן.

די מעשׂה פֿון יציאת־מצרים לערנט אונדז, אַז מע טאָר זיך קיינמאָל נישט מיאש זײַן. אַ פֿויגל איז אַ באַקאַנטער סימבאָל פֿון פֿרײַהייט, און אַ בוים — אַ סימבאָל פֿון לעבן. דערפֿאַר זענען זיי דווקא פֿאַרבונדן מיט דעם אינערלעכן נס פֿון יציאת־מצרים — דער ג־טלעכער חידוש־כּוח, וואָס באַלעבט שטענדיק דעם מענטש און קאָן ברענגען די גאולה, איבערקערנדיקן די גרענעצן פֿון דער נאַטור.