שאלות און תּשובֿות אין "הלכות ליבע"

טײַערע חזנטע,

עס טוט מיר לייד, וואָס איך דאַרף אײַך שרײַבן וועגן דעם. מײַן פֿרוי און איך האָבן געהאָדעוועט פֿיר קינדער אין אַ גוטער, ייִדישער היים. מיר האָבן געהיט כּשר, שבת, געשיקט די קינדער אין אַ ייִדישער טאָגשול און געדאַוונט אָפֿט אין שיל. עס האָט אונדז געדאַכט, אַז מיר טוען אַלץ ריכטיק. אונדזערע קינדער זענען שוין אויסגעוואַקסן און דרײַ פֿון זיי וווינען לעבן אונדז און האָבן פֿײַנע ייִדישע מענער, ווײַבער און קינדער. אונדזער מיזינקל דוד אָבער, האָט זיך געשמדט און געוואָרן אַ קאָטויל, ווען ער האָט זיך געלערנט אין קאָלעדזש. איך האָב געוואָלט זאָגן קדיש נאָך אים, אָבער מײַן פֿרוי האָט מיך נישט געלאָזט. צוליב איר האָב איך ווײַטער אָנגעהאַלטן אַ קאָנטאַקט מיט אים, אָבער דעם אמת געזאָגט, איז די באַציִונג אַ שלעכטע. זינט מײַן פֿרוי איז געשטאָרבן מיט 5 יאָר צוריק, רעדן מיר קוים איינער מיטן אַנדערן.

אונדזער דודס עלטסטע טאָכטער האָט איצט חתונה. איך קען זי קוים, און כ'בין נישט קיין גוטער זיידע געווען צו איר, אָבער זי האָט מיך געבעטן צו קומען, איך זאָל זײַן דאָרטן "פֿאַר אירעטוועגן". איך האָב איר געענטפֿערט, אַז איך ווייס נישט און דאַרף טראַכטן וועגן דעם. מסתּמא וועט זי חתונה האָבן אין אַ קאַטוילישן קלויסטער מיט אַ גוי. וואָס זאָל איך טאָן?

צעריסענער זיידע


טײַערער צעריסענער זיידע,

אײַער אייניקל איז געבוירן געוואָרן און אויפֿגעהאָדעוועט געוואָרן ווי אַ קאַטויליקין. אַפֿילו אויב איר האַלט, אַז אײַער זון האָט אײַך פֿאַרראָטן, איז אײַער אייניקל נישט שולדיק אין דעם. ס'איז דאָך לאָגיש, אַז זי זאָל חתונה האָבן מיט אַ קאַטויל און, אַז די חתונה זאָל פֿאָרקומען אין אַ קלויסטער. איך פֿאַרשטיי, אַז ס'איז שווער פֿאַר אײַך צו באַנעמען דעם פֿאַקט אַז אײַער אייניקל איז נישט קיין ייִדישקע.

איך וואָלט אײַך געעצהט צו צעקײַען דרײַ ענינים בײַם באַשליסן צי איר זאָלט גיין צי נישט. ערשטנס — וואָס וואָלט אײַער פֿרוי געטאָן? אַזוי ווי זי איז נישטאָ, ווערט איר איר רעפּרעזענטאַנט אויך, און איר דאַרפֿט קומען צו אַ באַשלוס, וואָס וואָלט איר צופֿרידגעשטעלט, ווען זי וואָלט נאָך געלעבט. צווייטנס, ווי וועט אײַער אייניקל רעאַגירן, וויסנדיק, אַז ס'איז אײַך שווער צו קומען? וואָס וואָלט זי געפֿילט ווען איר גייט נישט? דריטנס — וואָס איר זאָלט נישט באַשליסן, וועט איר זיך פֿילן אומבאַקוועם מיט אײַער באַשלוס. וועט איר זיך פֿילן ערגער וואָס איר גייט אויף אַ חתונה אין אַ קלויסטער, אָדער וואָס איר זענט נישט געגאַנגען אויף אײַער אייניקלס חתונה? איך האָף, אַז בײַם ענטפֿערן זיך ערלעך אויף די קשיות, וועט איר געפֿינען אַ גוטן אויסוועג.


טײַערע חזנטע,

מײַן ווײַב, העלען, איז טויב ווי אַ גלאָק, אָבער זי וויל בשום־אופֿן נישט קויפֿן אַ הער־אַפּאַראַט! זי זאָגט, אַז ס'איז איר אַלץ איינס, צי זי קען הערן צי נישט, און איך זע ווי זי שמייכלט און באָמקעט צו מיטן קאָפּ צו מענטשן ווען איך ווייס, אַז זי הייבט נישט אָן צו הערן וואָס זיי רעדן. איך רעד שוין זעלטן מיט העלען אין דער היים, ווײַל איך האָב אַ שטיל קול און ס'איז מיר שווער צו שרײַען און איבערחזרן אַלצדינג. אונדזער באַציִונג גייט באַרג אַראָפּ. וואָס זאָל איך טאָן?

שטילער מאַן


טײַערער שטילער מאַן,

מאַכט אַ באַשטעלונג פֿאַר העלען בײַ אַן אויערן־דאָקטער. רעדט מיטן דאָקטער פֿאָרויס און גיט אים צו פֿאַרשטיין די סיטואַציע. אפֿשר קען ער העלפֿן איבעררעדן העלען וועגן דער וויכטיקייט פֿון אַ הער־אַפּאַראַט. זאָל ער איר ווײַזן, אַז די מאָדערנע הער־אַפּאַראַטן זענען גאָר קליין. רעדט צו העלען רויִק און זאָגט איר, אַז איר בענקט נאָך דער צײַט, ווען איר האָט נישט געדאַרפֿט אַרײַנשרײַען אין איר אויער. אָן אַ הער־אַפּאַראַט שליסט זי זיך אויס פֿון דער וועלט, פֿון חבֿרים און משפּחה. אויב זי איז ווײַטער אַן עקשן, זאָל זי כאָטש געבן אַ פּרוּוו צו טראָגן דעם הער־אַפּאַראַט אַ חודש לאַנג, אײַך צוליב. מסתּמא וועט זי הנאה האָבן, וואָס זי קען הערן און וועט באַשליסן צו טראָגן דעם הער־אַפּאַראַט.


טײַערע חזנטע,

איך האָב זיך געטראָפֿן מיט אַ בחור, אָדם, וועלכער איז געווען ווויל און פֿײַן, אָבער נישט פֿאַר מיר. אַ וואָך שפּעטער, האָט מען מיך פֿאַרבעטן פֿרײַטיק־צו־נאַכטס, און עמעצער האָט דאָרטן געפֿרעגט, צי איך האָב אַ בחור, האָב איך זיי דערציילט וועגן מײַן באַגעגעניש. איך האָב חוזק געמאַכט פֿונעם בחור, און על־פּי־טועת, אַנטפּלעקט זײַן נאָמען. עס שטעלט זיך אַרויס, אַז אַ נאָענטער חבֿר זײַנער איז געזעסן בײַם טיש און איז, פֿאַרשטייט זיך, נישט געווען צופֿרידן. איך האָב זיך געכאַפּט, אַז איך האָב צו פֿיל געפּלאַפּלט און געבעטן מחילה. וואָס זאָל איך איצט טאָן? זאָל איך קלינגען אָדמען און זיך אַנטשולדיקן פֿאַר אים, אַזוי ווי ער וועט אויף זיכער אויסגעפֿינען פֿון זײַן חבֿר וועגן מײַן לשון־הרע?

פּלאַפּלערין


טײַערע פּלאַפּלערין,

גענוג געפּלאַפּלט! קלינגט נישט אָן צו אָדמען און בעט בײַ אים נישט קיין מחילה. אויב זײַן חבֿר האָט אַ ביסל שׂכל, וועט ער נישט איבערדערציילן אײַערע רייד. פֿאַרגעסט וועגן דעם, רעדט נישט ווײַטער וועגן דעם, און לערנט זיך בעסער אויס, אַז "נצר לשונך מרע ושׂפֿתיך מדבר מרמה" — היט אָפּ דײַן צונג פֿון שלעכטס און דײַנע ליפּן פֿון זאָגן אַ ליגן.

* * *
איר האָט שאלות אין "הלכות־ליבע?" שיקט אַ בריוו — אויף ייִדיש אָדער ענגליש — צו חזנטע סלעק:
HazzanAri@yahoo.com

אָדער
Cantors Office
10400 Wilshire Blvd
Los Angeles, CA 90024