|
אַבֿרהם סוצקעווער אין ווילנע אין די טעג פֿון איר באַפֿרײַונג |
|
... און ווען דורך נאַכט, אין ווילדערניש אין ווײַטער,
האָט דורכגעריטן גאָלדע ס’ערשטע מאָל —
האָט זיך געדאַכט: אַ פֿליִענדיקער שײַטער
דורך באַרג אין טאָל.
באַגינען האָט געבלויט פֿון אירע אויגן,
און יעדער פּאַרטיזאַנער האָט געפֿילט:
דער וואַלד מיט גאָלדעס שמייכל ווערט באַצויגן
און העל באַגילט.
דאָס ערדן־שטיבל דורך מאָך און קאָרע
האָט זיך צעבליט מיט פֿרילינג ווי אַ בייט,
ווי ס’וואָלט אַהין אַרײַן די וועלט די גאָרע
מיט יונגער פֿרייד.
פֿאַרוווּנדעטע גיבורים האָבן ווידער
געהויבן זיך פֿון אָרט שוין ניט גערוט, —
ווײַל גאָלדעס שמייכל האָט געהיילט די גלידער
דערפֿרישט מיט מוט.
אין מאַרש, אין לויערונג, בײַם רײַסן בריקן
אין הייסן אין האַרטנעקיגן געשלעג,
עס האָבן ווי באַפֿוילן גאָלדעס בליקן:
— פֿאָרויס אין וועג!
נאָר אין אַ נאַכט אַ קוואַלנדיק־מײַיאָווע
בעת גאָלדע האָט געלויערט אויף אַ באַן,
האָט עפּעס העכער זיך צעקלאָגט די סאָווע
צום פּאַרטיזאַן.
און ווי ס’האָט אונדזער שמייכלדיקע שוועסטער
דערהערט דעם רויש פֿון רעדערדיקע טריט,
און ווי זי האָט דעם קנויט געוואָרצלט פֿעסטער
צום דינאַמיט,
און ווי זי האָט מיט אויג און האַרץ געשלונגען
די זעונג פֿון דעם אויפֿגעוואַכטן פֿלאַם, —
איז אין דער לופֿט דער עשאַלאָן צעשפּרונגען
מיט איר צוזאַם...
אַ חבֿר האָט געפֿונען בלויז פֿון גאָלדען
אַ האַנט אין גרינעם גראָז און איז מיט איר
אין וואַלד געקומען און געמאָלדן
דעם קאָמאַנדיר.
און ס’האָט דער קאָמאַנדיר אַ קוים באַהערשטער
פֿאַרבײַ זײַן מחנה טראָט נאָך טראָט געשפּאַנט
דערציילט אונדז וועגן גאָלדען און דער ערשטער
געקושט איר האַנט.
און צוואַנציק זאַלפּן האָבן זיך געהויבן,
און צוואַנציק מאָל האָט ס’האַרץ געטאָן אַ ברויז.
דערנאָך האָט מען די האַנט פֿאַרשאָטן. אויבן —
פֿאַרזייט אַ רויז.
און רונד אַרום דער רויז, און העכער, ווײַטער,
עס וואָגלט גאָלדעס שמייכל ווי אַ מאָל,
ווען זי האָט דורכגעריטן ווי אַ שײַטער
דורך באַרג און טאָל.
און אויב מײַן פֿאָלק וועט בלײַבן בלויז אַ ציפֿער, —
באַשווער איך עס: פֿאַרגיי פֿון מײַן זכּרון.
און זאָלן אַלע קבֿרים זינקען טיפֿער
און זאָל קיין שטויב ניט בלײַבן פֿון די יאָרן.
און אויך מײַן ביקס טו איך אַצינד באַשווערן:
פֿאַרוואַנדל זיך אַ שלאַנג אין מײַנע הענט,
אויב נאָר דאָס מאָרגנקינד וועט ניט דערהערן
דעם שאָס, וווּהין איך האָב אים איצט געווענדט.
נאַראָטשער וועלדער,
יאַנואַר 30, 1944