אַבֿרהם סוצקעווער אין ווילנע אין די טעג פֿון איר באַפֿרײַונג

... און ווען דורך נאַכט, אין ווילדערניש אין ווײַטער,
האָט דורכגעריטן גאָלדע ס’ערשטע מאָל —
האָט זיך געדאַכט: אַ פֿליִענדיקער שײַטער
דורך באַרג אין טאָל.

באַגינען האָט געבלויט פֿון אירע אויגן,
און יעדער פּאַרטיזאַנער האָט געפֿילט:
דער וואַלד מיט גאָלדעס שמייכל ווערט באַצויגן