- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
הײַנטיקס יאָר זענען געווען די ערגסטע געסט בײַ אונדזער סדר. מײַן פֿעטער ריטשי איז געקומען מיט מײַן שוועסטערקינד. שוין יאָרן וואָס איך האָב נישט געהאַט געהערט פֿון פֿעטער ריטשי, אָבער ער ווייסט, אַז איך וווין אין סאַן־פֿראַנציסקאָ און ער האָט זיך פּונקט געפֿונען אין שטאָט אויף פּסח, האָט ער מיר אָנגעקלונגען. ווען ער האָט מיך געפֿרעגט, צי איך ווייס פֿון אַ פּסח־סדר צו וועלכן ער וואָלט געקענט גיין, האָב איך אים אַוודאי פֿאַרבעטן צו אונדז. ער איז אָנגעקומען מיט זײַן דערוואַקסענעם זון אלי. ער האָט מיך נישט געפֿרעגט, צי ער מעג ברענגען זײַן זון, אָבער איך וואָלט סײַ־ווי געזאָגט "יאָ". פֿון דעסטוועגן, האָט ער נישט געפֿרעגט. האָב איך שוין געמוזט סערווירן דעם טיש פֿאַר נאָך איין מענטש. בײַם לייענען די הגדה האָבן זיי גאָרנישט צוגעגעבן, נאָר געבורטשעט, אַז סע ציט זיך אַזוי לאַנג, און ווי הונגעריק זיי זענען. נאָכן מאָלצײַט האָט קיינער פֿון זיי נישט געהאָלפֿן בײַם וואַשן די טעלער. מײַן מאַן איז דער קאָכער אין דער משפּחה. אָבער ריטשי האָט אים נישט באַדאַנקט פֿאַרן באַטעמטן מאָלצײַט. מײַן מאַן האַלט, אַז ריטשי האָט אונדז אויסגעניצט און וויל אים טעלעפֿאָנירן און "אַרײַנזאָגן אַ פּאָרציע". איך בין בטבֿע אַ שלום־מאַכער און וויל נישט ער זאָל קלינגען. ווי האַלט איר? די באַלעבאָסטע וואָס דרייט אַ ספּאָדעק טײַערע באַלעבאָסטע וואָס דרייט אַ ספּאָדעק, עס זעט מיר אויס, אַז אײַער פֿעטער ריטשי און זײַן זון זענען נישט קיין אָנגענעמע געסט. דאָס ברענגען אַ גאַסט אָן צו פֿרעגן פֿריִער בײַ דער באַלעבאָסטע, קען נאָר אַ גראָבער־יונג. אמת, זיי האָבן נישט געהאָלפֿן אָדער בײַגעשטײַערט צו דער געזעלשאַפֿטלעכער שטימונג פֿונעם סדר, אָבער זיי האָבן אויך גאָרנישט צוגעגנבֿעט, אײַך נישט באַליידיקט, חלילה, נישט אַרײַנגעבראַכט קיין חמץ אין הויז, אָדער אַ תּל געמאַכט פֿון עפּעס אין שטוב. האַלט איך, אַז אײַער מאַן דאַרף אים נישט קלינגען און אָנהייבן אַ מחלוקת. וואָס פֿאַר אַ גוטס קען אַרויסקומען פֿון דעם? אָבער אויף להבא, זאָלט איר בעסער נישט פֿאַרבעטן דעם פֿעטער ריטשי! טײַערע חזנטע, איך בין אויפֿגעוואַקסן אין די דרום־שטאַטן ווי אַ ייִד. איך בין נישט געגאַנגען אין אַ "היברו־סקול" און נישט אין קיין שיל. ערשט ווען איך בין געווען אַ סטודענט אין אוניווערסיטעט, האָב איך זיך פֿאַראינטערעסירט מיט ייִדישקייט. איך האָב זיך פֿאַרשריבן אויף אַזוי פֿיל קורסן פֿון ייִדישע שטודיעס, אַז די טעמע איז געוואָרן מײַן בײַ־לימוד. איך האָב שטאַרק ליב ייִדישקייט, קען ייִדיש, און עס אַ שבתדיקן מאָלצײַט. אָבער איך פֿיל זיך נאָך אַלץ נישט באַקוועם אויסצודריקן מײַן ייִדישקייט פֿאַר דער עפֿנטלעכקייט. איך טראָג נישט קיין מגן־דוד און לייען נישט קיין ייִדיש ביכל אין דער באַן. עס טוט מיר אַ ציטער דאָס האַרץ, ווען איך הער ווי די ניו־יאָרקער ייִדן מיט אַן אַקצענט קריגן זיך אין רעסטאָראַן מיטן קעלנער. איך האָב נישט פֿאַרשטאַנען ווי שטאַרק איז דאָס געפֿיל בײַ מיר, ביז איך האָב זיך נישט אָנגעהויבן חבֿרן מיט אַ פֿרומען בחור וואָס טראָגט אַ יאַרמולקע. איך שעם זיך אַרומגיין מיט אים, צוליב זײַן בולט־ייִדישן אויסזען. ס'וואָלט געווען אַ שאָד אויב מיר וואָלטן זיך צעשיידט צוליב דעם. ווי קען איך בײַקומען מײַן ייִדן־פֿאָביע? אַ ייִדישע ייִדן־פֿאָבקע טײַערע ייִדישע ייִדן־פֿאָבקע, איר דאַרפֿט טיף אין זיך אַרײַנקוקן, כּדי צו פֿאַרשטיין פֿאַר וואָס איר האָט אַזאַ געפֿיל. האָט איר געפֿילט אַנטיסעמיטיזם אין די דרומדיקע שטאַטן? צי האָט מען חוזק געמאַכט פֿון אײַך ווײַל איר זענט אַ ייִד? צי האָט איר מורא, אַז עפּעס שלעכטס וועט מיט אײַך געשען, אויב איר דריקט אויס אײַער רעליגיע? ווען איר וועט געפֿינען אַ סיבה פֿאַר אײַערע געפֿילן, וועט אײַך זײַן לײַכטער זיי בײַצוקומען. עס איז זיכער דאָ אַ גרויסער חילוק, פֿון דעם ווי אַזוי מע פֿירט זיך אויף אין די דרומדיקע און צפֿונדיקע שטאַטן, אַפֿילו הײַנט. עס קען זײַן, אַז אין די דרומדיקע שטאַטן פֿירט מען זיך מער צוריקגעהאַלטן. נישטאָ קיין פּראָבלעם מיט דעם, אָבער איר וואָלט זיך געדאַרפֿט פֿילן מער באַקוועם מיט אײַער פֿרײַנד וואָס טראָגט אַ יאַרמולקע. וואָס האַלט ער פֿון זײַן יאַרמולקע? צי בײַט ער זײַן אויפֿפֿיר צוליב דעם? אַן ערלעכער שמועס מיט אים אויף דער טעמע וועט אײַך עפֿענען אַ נײַע פּערספּעקטיוו. טײַערע חזנטע, וויפֿל מאָל קען מען קלינגען צו אַ מיידל, איידער עס ווערט קלאָר, אַז זי וועט נישט צוריקקלינגען? איך טראַכט אַמאָל, אַז אפֿשר האָט זי נישט באַקומען מײַן אָנזאָג, אָדער פֿאַרלוירן מײַן נומער, אָדער זי איז צו פֿאַרנומען און איך האָב געקלונגען אין אַ שלעכטער צײַט. עקשן טײַערער עקשן, אײַער לאָגיק איז חל אויף איין קלונג. נאָך איין מאָל קלינגען איז נאָך דאָ אַ קליינע האָפֿענונג, אַז זי וועט אײַך צוריקקלינגען, אָבער האָט נאָך נישט באַוויזן. נאָכן צווייטן קלונג, אויב זי ענטפֿערט נישט, קענט איר אַוועקוואַרפֿן איר טעלעפֿאָן־נומער און קיין מאָל מער נישט קלינגען. ווען איר קלינגט דאָס דריטע מאָל, קען מען אײַך שוין אָנרופֿן אַ "נאָכפֿאָלגער" אַ stalker?
* * *
|