פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

דער אייבערשטער האָט געזאָגט משה רבינו, ער זאָל זאָגן די קינדער פֿון אַהרן, אַז אַ כּהן טאָר זיך נישט מטמא זײַן דורך אַ קאָנטאַקט מיט אַ טויטן, אַחוץ געוויסע אויסנעמלעכע פֿאַלן. אַזוי הייבט זיך אָן די הײַנטיקע פּרשה, וווּ עס ווערן אויך דערקלערט אַ צאָל אַנדערע ענינים, וואָס האָבן צו טאָן מיט די כּהנים, ווי אויך די ייִדישע יום־טובֿים און די מיצווה פֿון ספֿירת־העומר — אָפּצוציילן פֿופֿציק טעג צווישן פּסח און שבֿועות.

דאָס וואָרט "עומר" מיינט אַ געוויסע מאָס גערשטן, וואָס די ייִדן פֿלעגן ברענגען אינעם בית־המקדש; דאָס ציילן די טעג גופֿא ווערט אָבער אויך פֿאַררעכנט פֿאַר אַ מיצווה. בײַם הײַנטיקן טאָג, ווען מיר האָבן נישט קיין בית־המקדש, איז ספֿירת־העומר די איינציקע מיצווה, וואָס באַשטייט אין זאָגן אַ פּשוטע פֿראַזע: "הײַנט איז אַזויפֿיל און אַזויפֿיל טעג פֿונעם עומר".

עס זענען פֿאַראַן אַ צאָל גאָר וויכטיקע ענינים אין ייִדישקייט, וואָס זענען דירעקט פֿאַרבונדן מיטן דיבור: קריאת־שמע, תּפֿילה, לימוד־התּורה. זייער עיקר־תּוכן איז אָבער די כּוונה און די השׂגה, וואָס מע האָט אין זינען, ווען מע רעדט אַרויס די ווערטער. די מיצווה פֿון ספֿירת־העומר — אָדער פּשוט די "ספֿירה", ווי מע רופֿט זי אָן בײַם פֿאָלק — קאָן מען מקיים זײַן בלויז אין אַ פּאָר סעקונדן, הגם אין איר שטעקן אַ סך טיפֿע כּוונות, וואָס מע דאַרף שטרעבן צו האָבן אין זינען; פֿאַר אַ סך צדיקים און מקובלים איז עס אַ גרויסע עבֿודה, וואָס פֿאָדערט אַ געהעריקע קאָנצענטראַציע און אַ גענוג לאַנגע צײַט. אין די חסידישע קהילות ווערט די "ספֿירה" באַגלייט מיט עטלעכע ספּעציעלע תּפֿילות, וואָס האָבן טאַקע צו טאָן מיט קבלה. פֿונדעסטוועגן, כּדי אויסצופֿירן דעם אויסערלעכן, "טעכנישן" טייל פֿון דער דאָזיקער מיצווה, איז גענוג צו זאָגן בלויז אַ פּאָר ווערטער יעדן טאָג פֿון פּסח ביז שבֿועות, מיט אַ ספּעציעלער ברכה.

די דאָזיקע מיצווה ווײַזט אָן, אַז אַפֿילו אַ פּשוט וואָרט קאָן האָבן אַ גרויסן כּוח. ווי עס ווערט דערקלערט אין די קבלה־ספֿרים, זענען די ווערטער פֿון ספֿירת־העומר מסוגל אויסצורייניקן די נשמה פֿון שלעכטע מידות, מתקן זײַן די וועלט און אַפֿילו ווירקן אויף די ג־טלעכע ספֿירות.

בײַם סוף פֿון דער הײַנטיקער פּרשה ווערט דערציילט אַ טרויעריקע מעשׂה וועגן אַ זון פֿון אַ ייִדישער פֿרוי, שלומית בת דבֿרי, וועלכע האָט געזינדיקט מיט אַ מיצרי. משה רבינו האָט געפּסקנט, אַז אַ קינד פֿונעם מיצרישן מאַן טאָר נישט וווינען צוזאַמען מיט זײַן מאַמען אינעם מחנה פֿונעם שבֿט־דן, צו וועלכן זײַן טאַטע האָט ניט געהאַט קייט ייִחוס. דער זון פֿון שלומית בת דבֿרי האָט באַטראַכט אַזאַ פּסק ווי אומיושר, און האָט געשאָלטן ג-ט; פֿאַר זײַן לעסטערונג האָט מען אים פֿאַרשטיינערט אויף טויט.

הגם אין דער תּורה גייט אָפֿט אַ רייד וועגן טויט־שטראָף, בלײַבט עס, געוויינטלעך, בלויז אַ טעאָריע און מוסר־רייד. אויב אַ סנהדרין וואָלט פֿאַרמישפּט אַפֿילו איין מענטש צום טויט במשך פֿון 70 יאָר, וואָלט ער באַקומען אַ רעפּוטאַציע פֿון אַ "בלוטיקן". בדרך־כּלל, האָט מען אין דער ייִדישער געשיכטע זעלטן געהרגעט בעלי־עבֿירות. פֿאַרוואָס האָט דער פֿאַרביטערטער מאַן פֿאַרדינט אַזאַ האַרבע שטראָף?

אַ צאָל מפֿרשים דערקלערן, אַז דער זון פֿון שלומית בת דבֿרי האָט זיך באַנוצט מיטן שם־המפֿורש, דעם מעכטיקן געהיימען ג־טלעכן נאָמען, כּדי צו באַשיצן זײַן מאַמעס כּבֿוד. מיטן ריזיקן כּוח פֿונעם שם־המפֿורש, האָט ער סכּנותדיק צעטרייסלט די גאַנצע וועלט, דערפֿאַר האָט מען געמוזט אים הרגענען.

פֿון דער דאָזיקער מעשׂה זעט מען אויך, אַז אין די ווערטער שטעקט אַ גרויסער כּוח. אַ גוט־צוגעפּאַסט וואָרט קאָן, אַזוי ווי די ספֿירת־העומר, ווירקן אויף דער גאַנצער הימלישער מערכה און פֿאַרבעסערן די וועלט, און אַ שלעכט וואָרט קאָן, חלילה, ברענגען אַמאָל צו אַ קאַטאַסטראָפֿע; ווי עס שטייט אין משלי, "מות וחיים ביד־לשון" — דאָס לשון האָט דעם כּוח צו ברענגען לעבן און טויט.

דער נאָמען פֿון דער הײַנטיקער פּרשה שטאַמט פֿונעם שורש "זאָגן". "אמור אל הכּהנים" — "זאָג די כּהנים", האָט דער אייבערשטער געהייסן משה רבינו. דער זעלבער שורש טרעפֿט זיך אינעם ערשטן פּסוק גאַנצע דרײַ מאָל, אָנווײַזנדיק, אַז סײַ די באַציִונגען צווישן ג־ט און אַ מענטש, סײַ צווישן די מענטשן, זענען באַזירט אויף דעם כּוח פֿונעם דיבור.

אין דער הײַנטיקער וועלט ווערט דער כּוח פֿונעם וואָרט, צום באַדויערן, אָפֿט אָפּגעשוואַכט און פֿאַרגעסן. די מאַכט־סטרוקטורן, ווי אויך רעקלאַמעס, מאַסן־מעדיאַ, טעלעוויזיע, דריקן כּסדר אויפֿן יחיד — געוויינטלעך, מיטן כּוח פֿון וויזועלע אימאַזשן, און נישט מיטן וואָרט — און גיבן נישט קיין מעגלעכקייט צו ענטפֿערן.

אַ צוואַנג־רייד, וואָס דערלויבט נישט אַלע באַטייליקטע צו טיילן זיך מיט זייערע מיינונגען אין אַ דיאַלאָג און אָננעמען באַשלוסן צוזאַמען, קאָן זײַן אַ סימן פֿון אַ פֿיזישן כּוח, אָבער טראָגט נישט אין זיך דעם אמתן כּוח־הדיבור. ווי מע זעט אין דער תּורה, האָבן פֿאַרשיידענע מענטשן כּסדר געטענהט קעגן משה רבינו און אַפֿילו קעגן דעם אייבערשטן אַליין. צומאָל זענען זייערע טענות געווען באַרעכטיקט, צומאָל — נישט באַרעכטיקט, און צומאָל האָבן זיי געבראַכט צו פֿאַרשיידענע צרות.

דיאַלאָגן און סיכסוכים פֿאַרנעמען אַ וויכטיק אָרט אין דער תּורה. אַדרבה, האָט דער זון פֿונעם מיצרישן מאַן אין דער הײַנטיקער פּרשה פֿאַרדינט טויט־שטראָף, ווײַל ער האָט געפּרוּווט, כּבֿיכול, אויפֿצווינגען דעם אייבערשטן אַליין דורכן כּוח פֿונעם שם־המפֿורש.

ווי עס שטייט אין ספֿרי־קבלה, קאָן דער שורש פֿונעם ווערב "אמר" — "זאָגן" — אָפּגעטײַטשט ווערן ווי די ראָשי־תּיבֿות פֿון די וועלט־עלעמענטן: "אש, מים, רוח" — פֿײַער, וואַסער און לופֿט. אינעם פֿיזישן אַספּעקט, ווערט אינעם מענטשלעכן דיבור צונויפֿגעמישט דער אָטעם, די פֿײַכטקייט פֿון דער וואַרעמקייט, וואָס קומט פֿון זײַן אינערלעכן "פֿײַער". ברוחניות, דריקט אויס אינעם מענטשלעכן שמועס זײַן גײַסט, דער ברען פֿון זײַן האַרץ און די פֿליסיקייט פֿון זײַנע געפֿילן. די דאָזיקע ראָשי־תּיבֿות ווײַזן אויך אָן, אַז אַ געזונטער שמועס צווישן מענטשן מוז זײַן ווי אַ האַרמאָנישע שפּיל פֿון נאַטור־כּוחות.

אין דער פֿריִערדיקער פּרשה האָבן מיר באַהאַנדלט, אַז מיצווה "ואהבֿתּ לרעך כּמוך" — ליבשאַפֿט צווישן מענטשן — פֿאַרבעסערט די מענטשלעכע באַציִונגען און איז מסוגל צו דערנענטערן אַ מענטש צו זײַן ג־טלעכן שורש, שאַפֿנדיק אין דער וועלט אַ סבֿיבֿה, וווּ עס קאָן זיך אַנטפּלעקן קדושה און אַפֿילו רוח־הקודש, ווי עס ווערט דערקלערט אינעם "ספֿר־הברית" פֿון אַ גרויסן ווילנער מקובל, פּנחס־אליהו הורוויץ.

דער גולם — אַ מין "ראָבאָט", וואָס פֿיגורירט אין די באַקאַנטע ייִדישע לעגענדעס — קאָן אפֿשר פֿאַרשטיין די ווערטער און אַפֿילו טראַכטן פֿאַר זיך, אָבער קען נישט ענטפֿערן — דערפֿאַר איז ער נישט קיין עכטער מענטש. בײַם סאַמע אָנהייב פֿון דער הײַנטיקער פּרשה, הגם דאָרטן גייט אַ רייד וועגן טויטע, ווערט דרײַ מאָל דערמאָנט דאָס וואָרט "זאָגן", ווײַל אַפֿילו כּדי צו באַערדיקן אַ מת, מוז עמעצער אָפּשמועסן, ווי אַזוי דאָס ריכטיק צו טאָן. רבי הורוויץ דערקלערט, אַז דווקא די פֿעיִקייט צו פֿירן דיאַלאָגן שיידט דעם מענטש אונטער פֿון אַנדערע באַשעפֿענישן, און דערמעגלעכט מקיים צו זײַן די מיצווה "ואהבֿתּ לרעך כּמוך".