געזונט
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון שׂרה־רחל שעכטער

"די שטול איז אײַער שׂונא."

אַזוי האָט זיך אָנגעהויבן אַן אַרטיקל אויף דער וועבזײַט פֿון דער "ניו־יאָרק טײַמס" (New York Times) מיט עטלעכע חדשים צוריק. די פֿינף ווערטער האָבן גלײַך פֿאַרכאַפּט מײַן אויפֿמערק. אָבער וואָס כ׳האָב געלייענט ווײַטער האָט מיך שוין אין גאַנצן צערודערט:

"עס מאַכט נישט אויס אויב איר גייט לויפֿן יעדן אינדערפֿרי, אָדער מאַכט געניטונגען אין גימנאַסטיק־זאַל דרײַ מאָל אַ וואָך. אויב איר זיצט ס׳רובֿ פֿונעם טאָג — אין אויטאָ, אין ביוראָ, אויף דער סאָפֿע אין דער היים — שטעלט איר זיך אין אַ גרעסערער סכּנה פֿון ווערן פֿעט, צוקער־קרענק, האַרץ־פֿעלערן, פֿאַרשידענע מינים ראַק און אַ פֿריִען טויט. מיט אַנדערע ווערטער, צי איר מאַכט יאָ צי נישט פֿיזישע געניטונגען, איז דאָס לאַנג זיצן שלעכט פֿאַר אײַער געזונט."

וואָס איז דער מער מיט זיצן? ס׳איז זייער אַ פּאַסיווע אַקטיוויטעט. אַ מענטש גיט אויס מער קאַלאָריעס ווען ער קײַט גומע אָדער שטייט אויף די פֿיס, ווי ווען ער זיצט אין אַ בענקל. אין פֿאַרגלײַך מיט זיצן, איז שטיין נישט אַזוי גרינג: מע שטרענגט אָן די פֿוס־מוסקלען, און מע ניצט אויך די מוסקלען אין דער פּלייצע און אַקסלען. און בשעת מע שטייט, וויגט מען זיך אָפֿט פֿון איין פֿוס צום אַנדערן. דאָס אַלץ ניצט אויס ענערגיע.

אין אַ צווייטן אַרטיקל, וואָס מע האָט אַרויסגעלאָזט דעם פֿאַרגאַנגענעם זונטיק אינעם זשורנאַל פֿון דער "ניו־יאָרק טײַמס", האָט בערי בראַון, אַן אַסאָציִיִרטער פּראָפֿעסאָר בײַם אוניווערסיטעט פֿון מאַסאַטשוסעטס, איבערגעגעבן, אַז ער האָט לעצטנס דורכגעפֿירט אַ שטודיע צו פֿאַרגלײַכן די געזונט־רעזולטאַטן פֿון זיצן און שטיין. אַ גרופּע וואָלונטירן האָבן פֿאַרבראַכט אַ גאַצן טאָג זיצנדיק. אויב זיי האָבן געדאַרפֿט גיין אין וואַשצימער אָדער אויף אַן אַנדער אָרט, האָבן זיי זיך טראַנספּאָרטירט מיט אַ רעדלשטול.

בײַ אַ צווייטער געלעגנהייט האָט מען די זעלבע וואָלונטירן געהייסן שטיין אַ גאַנצן טאָג. "זיי האָבן גאָרנישט געדאַרפֿט טאָן, בלויז שטיין," האָט בראַון דערקלערט. דער חילוק איז געווען אַ ממשותדיקער. ווען די וואָלונטירן זענען געשטאַנען האָבן זיי אויסגעניצט הונדערטער מער קאַלאָריעס ווי ווען זיי זענען געזעסן. און נאָך אינטערעסאַנטער: זיי זענען נישט געוואָרן הונגעריקער ווי די זיצנדיקע. דאָס איז גוטע נײַעס פֿאַר די מענטשן, וועלכע ווילן פֿאַרלירן וואָג אָבער האָבן נישט קיין חשק צו מאַכן ערנסטע פֿיזישע גימנאַסטיק. "אויב איר ווילט פֿאַרלירן וואָג, דאַרפֿט איר נישט לויפֿן אַ מײַל אַ טאָג. וואַרפֿט בלויז אַוועק אײַער בענקל!" האָט בראַון געזאָגט.

וואָס זשע טוט מען אָבער, אַז מע האָט נישט קיין ברירה וועגן זיצן? עס זענען דאָ עטלעכע לייזונגען: גייט אויף די טרעפּ, נישט מיטן ליפֿט; אַנשטאָט צו שיקן אַ בליצבריוו צו אײַער מיטאַרבעטער אין צווייטן צימער, גייט צו צו אים. ווען איר קומט אַהיים, אַרבעט אין גאָרטן אַנשטאָט צו קוקן טעלעוויזיע. פֿאָרט נישט אין קראָם; שפּאַצירט אַהין.

געוויסע מענטשן האָבן באַשלאָסן צו טאָן עפּעס נאָך מער ראַדיקאַלער: זיי האָבן פֿאַרביטן זייער נידעריקן אַרבעטטיש מיט אַ הויכן, כּדי זיי זאָלן דאַרפֿן שטיין בעת זיי אַרבעטן אויפֿן קאָמפּיוטער. אַנדערע האָבן אַפֿילו אַרײַנגעשטעלט אַ שפּאַן־מאַשין פֿאַרן קאָמפּיוטער, כּדי צו שפּאַצירן בעת זיי אַרבעטן.

איך אַליין האָב זיך באַמיט צו טאָן דאָס זעלביקע. כ׳האָב געשטעלט מײַן קאָמפּיוטער און קלאַוויאַטור אויף עטלעכע געדיכטע ביכער; אַזוי קען איך, כאָטש אַ טייל פֿון דער צײַט, פֿאָרשן, שרײַבן און רעדאַקטירן מײַנע אַרטיקלען שטייענדיק. אין דער היים, אַנשטאָט צו קוקן טעלעוויזיע זיצנדיק אויף דער סאָפֿע, גיי איך מיט מײַן מאַן אין גימנאַסטיק־זאַל, וווּ יעדע שפּאַן־מאַשין האָט זײַן אייגענעם טעלעוויזאָר; דאָרט שפּאַצירן מיר בעת מיר קוקן אויף אונדזערע באַליבטע פּראָגראַמען.

עס זענען אויך דאָ אַנדערע אויסוועגן: קויפֿט אַ פֿעסטן וועלאָסיפּעד און קוקט טעלעוויזיע בעת איר מאַכט געניטונגען אויף דעם; אויב דאָס איז אײַך צו שווער, וויגט זיך כאָטש אין אַ וויגשטול בעת איר קוקט טעלעוויזיע; דאָס איז בעסער ווי סתּם זיצן, ווײַל דאָס וויגן זיך "ברענט" קאַלאָריעס און צווינגט די מוסקלען אין די ליטקעס (calves) זיך צו בייגן כּסדר.

דער גאַנצער ענין דערמאָנט מיר אין עפּעס, וואָס מײַן דאָקטערין האָט מיר געזאָגט מיט צוויי יאָר צוריק. זי האָט מיר ערשט געהאַט איבערגעגעבן די ידיעה, אַז איך לײַד פֿון אָסטעאָפּאָראָז (אַ קראַנקייט, בפֿרט בײַ מיטל־יאָריקע און עלטערע פֿרויען, וואָס פֿאַרגרעסערט די סכּנה פֿון צעבראָכענע ביינער). זי האָט מיר פֿאַרשריבן דעם מעדיקאַמענט "פֿאָסאַמאַקס", וואָס איך דאַרף אײַננעמען איין מאָל אַ וואָך, און וואָס קאָן במשך פֿון עטלעכע יאָר געדיכטער מאַכן די ביינער, כּדי זיי זאָלן זיך נישט אַזוי לײַכט צעברעכן. זי האָט מיר אויך געזאָגט, אַז ס׳איז מעגלעך, אַז איך וועל דאַרפֿן אײַננעמען דעם מעדיקאַמענט ביזן סוף פֿון מײַן לעבן.

זי האָט מיך אָבער געוואָרנט, אַז "פֿאָסאַמאַקס" קאָן אויך האָבן געפֿערלעכע בײַ־עפֿעקטן בײַ געוויסע פֿרויען, און דאָס האָט מיך באַאומרויִקט. "וואָס קען איך טאָן, כּדי איך זאָל מיט דער צײַט נישט דאַרפֿן מער אײַננעמען דעם ׳פֿאָסאַמאַקס׳?" האָב איך געפֿרעגט. די דאָקטערין האָט מיר געקוקט אין די אויגן און געענטפֿערט: "שטיי און גיי, גיי און שטיי, בלײַב אויף די פֿיס אַזוי לאַנג ווי דו קענסט!"