אָט איז אַ גרינגער צושפּײַז צו הינדל אָדער רינדערן פֿלייש. אויב איר ווילט עס סערווירן בײַ אַ מילכיקער מאָלצײַט, ניצט 1/2 טעפּל ווײַסן ווײַן און לאָזט אַרויס דעם הינדל־יויך.
1 פֿונט (455 גראַם) קליינע ציבעלעס, צעשניטן אויף העלפֿט
2 פֿונט (910 גראַם) דינע מערלעך, אָפּגעשיילט
2 לעפֿל קאַנאָלאַ־בוימל
1 לעפֿל פּוטער, צעלאָזן
1/4 טעפּל ווײַסער ווײַן
1/4 טעפּל הינדל־יויך
זאַלץ און שוואַרצער פֿעפֿער, לויט אײַער געשמאַק
2 לעפֿל צעשניטענע פּעטרישקע
הייצט אָן דעם אויוון ביז 400 גראַד (204 צעלזיוס).
מישט צונויף אויף אַ בלעך די ציבעלעס, מערלעך, בוימל, פּוטער, ווײַן, יויך, זאַלץ און פֿעפֿער. שטעלט די בלעך אין אויוון און בראָט עס 25—30 מינוט, מישנדיק פֿון צײַט צו צײַט.
גיט די מערלעך און ציבעלעס אַרײַן אין אַ שיסל און באַצירט זיי מיט דער פּעטרישקע.