ליטעראַטור

Jonathan Miles.
The Nine Lives of Otto Katz.
London: Bantam Press, 2010.

דער סקאַנדאַל מיט צען רוסישע אַגענטן, וועלכע זײַנען געכאַפּט און גלײַך אַרויסגעשיקט געוואָרן פֿון אַמעריקע קיין רוסלאַנד, האָט פֿון ס׳נײַ אויפֿגעוועקט דעם אינטערעס צו דער טעמע. די "גאָלדענע תּקופֿה" פֿונעם סאָוועטישן שפּיאָנאַזש איז געווען פֿאַר דער צווייטער וועלט־מלחמה, ווען די אַגענטור פֿונעם "קאָמינטערן" האָט שווער געאַרבעט אויף עטלעכע פֿראָנטן. מען האָט פֿיזיש באַזײַטיקט סטאַלינס קעגנער, אַזעלכע ווי טראָצקי, און איינצײַטיק געשאַפֿן כּלערליי ליבעראַלע און פּראָגרעסיווע אָרגאַניזאַציעס, כּדי משפּיע צו זײַן אויף דער עפֿנטלעכער מיינונג אין מערבֿ־אייראָפּע און אַמעריקע.

אַזאַ מין מענטש איז געווען אָטאָ קאַץ (1895—1952), וועלכער האָט איצט זוכה געווען צו אַ פּרטימדיקער ביאָגראַפֿישער שטודיע. דער פֿאָרשער דזשאָנאַטאַן מײַלז דערקלערט מעטאַפֿאָריש, אַז קאַץ האָט דורכגעלעבט ניט איין, נאָר גאַנצע נײַן לעבנס, אָבער אַלע האָבן זיי געפֿירט צו איין סוף׃ קאַץ איז פֿאַרמישפּט געוואָרן צום טויט בעתן סלאַנסקי־מישפּט אין פּראָג אין 1952. מײַלז ציט פֿון קאַצס פֿאַרפּלאָנטערטער ביאָגראַפֿיע אַ פּשוטן מוסר־השׂכּל׃ ״ווען מען מאַכט אַ יד־אחת מיטן טײַוול, וועט יענער סוף־כּל־סוף קומען און מאָנען זײַן חלק״.

אַ געבוירענער אין אַ קליין שטעטל איסטעבניצע אין דער עסטרײַכישער פּראָווינץ באָהעמיע, האָט אָטאָ קאַץ שטודירט אינטערנאַציאָנאַלע קאָמערציע אין ווין. נאָך דער ערשטער וועלט־מלחמה האָט ער אָנגעהויבן אַ ליטעראַרישע און טעאַטראַלע קאַריערע אין בערלין. קאַץ האָט ניט נאָר געשריבן אַרטיקלען, נאָר אויך געפֿירט געשעפֿטן מיט פֿאַרשידענע טעאַטראַלע טרופּעס און געדרייט ליבעס מיט אַקטריסעס. זײַנע לינקע פּאָליטישע סימפּאַטיעס האָבן אים געבראַכט צו די קאָמוניסטן. ער איז געוואָרן אַ מיטאַרבעטער פֿון ווילי מיונצענבערג, דעם בעל־הבית פֿון אַ גאַנצער קאָמוניסטישער פּראָפּאַגאַנדע־אימפּעריע מיט אייגענע צײַטונגען, פֿאַרלאַגן, טעאַטערן און קינאָ־סטודיאָס אין דײַטשלאַנד.

אין 1930 האָט מיונצענבערג מיטגענומען קאַצן מיט זיך קיין מאָסקווע, וווּ קאַץ האָט באַקומען אַ ספּעציעלע אויסשולונג און געוואָרן אַ פּראָפֿעסיאָנעלער אַגענט פֿון דער סאָוועטישער געהיים־דינסט. נאָך זײַן אומקער קיין אייראָפּע איז ער פֿאַרטאָן געוואָרן, דער עיקר, אין פּראָפּאַגאַנדיסטישע אָפּעראַציעס, וואָס זייער צוועק איז געווען צו מאָביליזירן די עפֿנטלעכע מיינונג אין אייראָפּע און אַמעריקע קעגן נאַציזם און לטובֿת דעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד.

קאַץ איז גלײַך געוואָרן אַ "נאַש בראַט" אין די הויכע פּאָליטישע און קינסטלערישע קרײַזן פֿון פּאַריז, לאָנדאָן, ניו־יאָרק און האָליוווּד. ער האָט פֿאַרפֿאַסט דאָס "ברוינע בוך", וואָס האָט אַנטפּלעקט די ראָלע פֿון די נאַציסטישע פֿירער אין דעם אָנצינדן פֿון רײַכסטאַג. דאָס בוך איז אַרויס מיט אַלבערט אײַנשטיינס אַרײַנפֿיר אויף אַלע אייראָפּעיִשע שפּראַכן און האָט געמאַכט אַ גוואַלדיקן רושם. בשותּפֿות מיט חשובֿע פּאָליטישע טוערס, אַזעלכע ווי דער ענגלישער לאָרד מאַרלי, האָט קאַץ אָרגאַניזירט פֿאַרשידענע קולטורעלע געזעלשאַפֿטן און קלובן, וועלכע האָבן געדינט ווי אַ שירעם פֿאַר דער קאָמוניסטישער פּראָפּאַגאַנדע.

זײַן מצבֿ איז געוואָרן מער קאָמפּליצירט אַרום 1937, ווען זײַן שעף מיונצענבערג האָט זיך אַנטוישט אין סטאַלינס פּאָליטיק. קאַץ איז אָבער פֿאַרבליבן געטרײַ מאָסקווע און האָט באַקומען פֿון דאָרט אַ נײַע אויפֿגאַבע. מען האָט אים געשיקט קיין שפּאַניע, וווּ ער האָט זיך באַטייליקט אין די "רייניקונגען" פֿון דער פֿירערשאַפֿט פֿון דער רעפּובליקאַנער אַרמיי — פֿון טראָצקיסטן און אַנאַרכיסטן. זײַן גענויע ראָלע בלײַבט עד־היום ניט קלאָר, און מען ווייסט ניט, צי ער האָט זיך טאַקע פּערזענלעך באַטייליקט אין די עקזעקוציעס. דער ענטפֿער אויף דער דאָזיקער און אַנדערע ענלעכע קשיות ליגט מסתּמא באַגראָבן אין די סאָוועטישע אַרכיוון.

נאָך דעם אויסברוך פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה האָבן קאַץ און זײַן פֿרוי באַוויזן צו אַנטלויפֿן פֿון פֿראַנקרײַך קיין ניו־יאָרק. היות ווי ער איז שוין געהאַט געווען אין אַמעריקע פֿריִער, האָט ער געהאַט גוטע קאָנטאַקטן צווישן די ליטעראַטן, אַקטיאָרן און קינאָ־מענטשן. אָבער גאָר אין גיכן האָט אים די "עפֿ־בי־אײַ"־דינסט אַרויסגעשיקט פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן און ער איז אַריבער קיין מעקסיקע. קאַץ איז אָנגעקומען קיין מעקסיקע דרײַ חדשים נאָכן מאָרד פֿון טראָצקי. מײַלז זאָגט׃ "אַ סבֿרה, אַז ער איז געווען פֿאַרטאָן אין אָרגאַניזירן דעם אַטענטאַט", הגם קיין קלאָרע באַווײַזן דערויף זײַנען ווידער ניטאָ".

נאָך דער מלחמה האָט זיך אָטאָ קאַץ אומגעקערט קיין טשעכאָסלאָוואַקײַ און איז געשטעלט געוואָרן אין שפּיץ פֿון דער קאָמוניסטישער צײַטונג "רודע פּראַוואָ". אַ קורצע צײַט איז ער אויך געווען דער אָנפֿירער פֿונעם פּרעסע־אָפּטייל בײַם אויסערן־מיניסטעריום פֿון טשעכאָסלאָוואַקײַ. אָבער אין 1952 איז זײַן קאַריערע געקומען צו אַ פּלוצעמדיקן טראַגישן סוף. ער איז אַרעסטירט און פֿאַרמישפּט געוואָרן צום טויט אינעם אזוי־גערופֿענעם "סלאַנסקי־פּראָצעס" קעגן דער פֿירערשאַפֿט פֿון דער טשעכאָסלאָוואַקישער קאָמוניסטישער פּאַרטיי, וואָס איז מיינסטנס באַשטאַנען פֿון ייִדן.

די טראַגישע איראָניע פֿון קאַצס מפּלה איז, וואָס די באַשולדיקונגען אין שפּיאָנאַזש לטובֿת ענגלאַנד און דער ציוניסטישער טעטיקייט זײַנען טאַקע אין תּוך גענומען געווען באַרעכטיקט. ער האָט יאָ געהאַט צו טאָן מיט דער בריטישער אויסשפּיר־דינסט (זײַן קאָנטאַקט איז געווען דער באַרימטער ענגלישער דראַמאַטורג און אַקטיאָר נאָעל קאַואַרד), און ער איז אויך געווען פֿאַרטאָן אין דער ציוניסטישער אַקטיוויטעט. די באַווײַזן געפֿינען זיך אין די ענגלישע און אַמעריקאַנער אַרכיוון, וועלכע זײַנען ניט לאַנג צוריק געעפֿנט געוואָרן פֿאַר די פֿאָרשער. דווקא אָט די דאָקומענטן האָבן דערמעגלעכט דזשאָנאַטאַן מײַלז צו רעקאָנסטרויִרן די כראָנאָלאָגישע פּרטים פֿון קאַצס לעבן אויף אַ גאַנץ פּרעציזן אופֿן, ווײַל ער איז געווען אונטערן אויפֿזיכט פֿון די ענגלישע און אַמעריקאַנער געהיים־דינסטן זינט זײַן אומקערן זיך פֿון מאָסקווע, אָנהייב 1930ער יאָרן.

אָבער דער עצם פֿון אָטאָ קאַצס טעטיקייט און פֿון זײַנע מאָטיוון בלײַבט ניט דערקלערט. דערצו פֿעלן די עיקרדיקע מקורים, די אַרכיוון פֿון דער סאָוועטישער געהיים־דינסט און דעם "קאָמינטערן" אין מאָסקווע. קאַץ האָט געלעבט אונטער פֿאַרשידענע נעמען; צומאָל האָט ער זיך אַפֿילו געפֿונען אין צוויי פֿאַרשידענע ערטער איינצײַטיק — אויב צו גלייבן די באַריכטן פֿון די בריטישע אַגענטן.

די סיבה פֿונעם גוואַלדיקן דערפֿאָלג פֿון קאַצן און אַנדערע סאָוועטישע שפּיאָנען ליגט אין זייער אָפּשטאַם און בילדונג. אַ סך פֿון זיי האָבן געשטאַמט פֿון מיטל־אייראָפּעיִשע בירגערלעכע ייִדישע משפּחות, באַקומען אַ גוטע בילדונג און פֿליסיק גערעדט אויף עטלעכע שפּראַכן. די ערשטע וועלט־מלחמה האָט חרובֿ געמאַכט די וועלט פֿון זייער יוגנט, און זיי האָבן זיך געפֿילט פֿרעמד אין דער נײַער אייראָפּע פֿון אַגרעסיווע נאַציאָנאַליסטישע מלוכות.

קאָמוניזם האָט זיי צוגעזאָגט אַן אוטאָפּישע צוקונפֿט, וווּ אַלע מענטשן וועלן זײַן גלײַך, ניט געקוקט אויף זייער עטנישער אָדער רעליגיעזער אָנגעהעריקייט. אָבער דער וועג צו דעם דאָזיקן חלום איז ניט געווען קיין גלײַכער. מען האָט געדאַרפֿט גובֿר זײַן אַ סך מניעות און אויסמײַדן אַ סך סכּנות. אָטאָ קאַץ איז געווען מצליח אויף דעם דאָזיקן פֿאַרדרייטן וועג, כּל־זמן ער איז געבליבן אויף דער טעריטאָריע פֿונעם בירגערלעכן "שׂונא"; אָבער ווען ער איז געקומען צו די "אייגענע", צו די קאָמוניסטישע חבֿרים, איז ער אין גיכן ליקווידירט געוואָרן; אַזעלכע ווי ער זײַנען מער ניט נייטיק געווען.