טײַערע חזנטע,
איך בין זייער צופֿרידן, וואָס איך וועל באַלד פֿאַרענדיקן מײַנע יאָרן בײַם שטודירן אין אוניווערסיטעט. איך בין 24 יאָר אַלט (עס האָט מיר גענומען זעקס יאָר צו גראַדויִרן) און איך באַקום אַ דיפּלאָם אין קינדער־דערציִונג. איך ווייס, אַז איך וואָלט געדאַרפֿט אָנהייבן צו אַרבעטן, אָבער איך האָב נישט קיין מאָטיווירונג. איך וואָלט גיכער געזעסן אין דער היים און גאָרנישט געטאָן. איך האָב ליב צו קוקן אויף טעלעוויזיע, שפּילן ווידעאָ־שפּילן און רעדן אויפֿן טעלעפֿאָן מיט מײַנע פֿרײַנד. וואָס זאָל איך טאָן?
פֿוילאַק
טײַערער פֿוילאַק,
איר ווייסט שוין וואָס איר וואָלט געדאַרפֿט טאָן — געפֿינען אַרבעט. אויב די מאָטיווירונג פֿעלט בײַ אײַך, דאַרפֿט איר אפֿשר זי גיין זוכן. ווען מע פֿירט זיך אויף מאָטיווירט, וועט מען שוין פֿילן מער מאָטיווירט אין האַרצן. איר האָט נישט שטודירט אין קאָלעדזש זעקס יאָר, כּדי צו ליגן אויף אײַער טאַטע־מאַמעס סאָפֿע.
אַ מאָל דאַרף מען געבן אַ קוק אויפֿן ברייטערן בילד — וואָס ווילט איר טאָן? וואָס ווילט איר דערגרייכן? ווי אַזוי קענט איר דאָס דערגרייכן? נישט געקוקט אויף אײַערע צילן, בין איך זיכער, אַז דאָס קוקן אויף טעלעוויזיע און דאָס שפּילן ווידעאָ־שפּילן וועט אײַך נישט העלפֿן אין לעבן. געפֿינט אײַער וועג, און לעבט אויס אײַער לעבן ווי ווײַט מעגלעך. פּטרט נישט די צײַט.
טײַערע חזנטע,
מײַן מאַן און איך האָב תּמיד געמוטיקט אונדזערע קינדער צו לייענען. ווען זיי זענען געווען קליין, האָבן מיר פֿאַר זיי געלייענט אויף אַ קול יעדן אויף דער נאַכט. מיר האָבן געקויפֿט וואָסערע ביכער זיי האָבן געוואָלט, און תּמיד זיי געלאָזט מיטברענגען ביכער צו לייענען אויף לאַנגע נסיעות, אָדער אַפֿילו ווען מיר זענען געפֿאָרן אין געגנט. ווען נאָר מעגלעך, האָבן זיי פֿאַרווײַלט די צײַט מיט אַ בוך.
אָבער הײַנט איז אונדזער טאָכטער צען יאָר אַלט און איך מיין, אַז זי איז שוין צו אַלט צו האַלטן אַ בוך אין האַנט אין געוויסע סיטואַציעס. ווען זי האָט זיך געלערנט אין עלעמענטאַר־שול איז געווען גוט ווען זי האָט זיך אַרײַנגעטאָן אין אַ בוך. אָבער איצט, ווען זי לייענט אין דער מיטעלער שול, אין שיל, בײַם מיטיק אָדער אויף אַ פּיקניק, פּאַסט נישט. מײַן מאַן איז נישט מסכּים מיט מיר און האַלט, אַז עס אַרט קיינעם נישט, און, אַז זי איז נאָך אַ קליין מיידל און זי פֿירט זיך נאָרמאַל. ווי האַלט איר?
אַ לייענערינס מאַמע
טײַערע "אַ לייענערינס מאַמע",
עס איז וווּנדערלעך, וואָס אײַער טאָכטער האָט ליב צו לייענען. דאָס לייענען פֿירט אַרײַן דעם מענטשן אין אַן אַנדער וועלט, אין וועלכער געוויסע מענטשן קענען פֿאַרגעסן וועגן דער וועלט אַרום זיי. דאָס איז סײַ אַ ברכה, סײַ אַ קללה. איצט, אַז זי איז שוין 10 יאָר אַלט וואָלט זי געדאַרפֿט ווערן מער געזעלשאַפֿטלעך. איך בין מסכּים מיט אײַך, אַז אין ס'רובֿ סאָציאַלע סיטואַציעס, פּאַסט נישט, אַז אײַער טאָכטער זאָל כּסדר זײַן פֿאַרטאָן מיט איר נאָז אין אַ בוך.
טײַערע חזנטע,
איך וווין אַליין און איך האָב אַ סך צײַט צו פֿאַרברענגען מיט זיך אַליין. איך האָב ליב צו באַקן ברויט, באַנאַנע־ברויט, קיכלעך, באַבקעס און ראָגעלעך — אַלץ וואָס איז זיס האָב איך ליב צו באַקן, טעם־גן־עדן! די צרה איז, וואָס איך וואָלט נישט געדאַרפֿט עסן אַלץ וואָס איך באַק. איך ווער שוין דיקלעך, אָבער איך וויל קיין מאָל נישט אַרויסוואַרפֿן די גוטע מאכלים. צי איז בעסער אויפֿצועסן אַלץ וואָס איך באַק, אָדער אַרויסצוּוואַרפֿן דאָס זיסוואַרג?
אַ צו גרויסער נאַשער
טײַערער נאַשער,
ביידע ברירות טויגן נישט! ס'איז זייער שיין, וואָס איר האָט אַ פֿעיִקייט צו באַקן, אָבער אויב איר פֿאַרברענגט אַזוי פֿיל צײַט אַליין מיט אַזאַ טאַלאַנט, איז אַ סכּנה. נישט נאָר וועט איר צונעמען וואָג, נאָר איר וועט כּסדר עסן נישט קיין געזונטע מאכלים.
זיסוואַרג איז אַ פֿאַרגעניגן צו עסן מיט אַנדערע. פֿאַרבינדט זיך מיט אַלע חבֿרים, אָדער גייט אַרויס פֿון שטוב און באַקענט זיך מיט נײַע חבֿרים (און וואָס קען זײַן אַ בעסער מיטל צו שאַפֿן באַקאַנטשאַפֿטן, אויב נישט דורך געבעקסן?) לאָמיר אײַנפֿירן אַ "געזעץ" — איר מעגט נאָר באַקן געבעקסן ווען איר האָט מיט עמעצן דאָס געבעקס צו טיילן. און אפֿשר האָט איר אויך אַ טאַלאַנט צו מאַכן סאַלאַדן, זופּן און געזינטערע מאכלים?
טײַערע חזנטע,
פֿאַר מיר איז די גאַנצע וועלט, דאָס גאַנצע לעבן — אַ קאָנקורענץ. ווען איך שפּיל פֿוסבאָל אָדער קאָרטן, "סקראַבל", אָדער דאַמקעס, מוז איך געווינען. איך האָב שטאַרק נישט ליב צו פֿאַרשפּילן. ווען איך רעד מיט מײַנע חבֿרים, וויל איך פֿילן, אַז איך בין תּמיד בעסער פֿון זיי. איך קאָנקוריר אַפֿילו מיט מײַנע קינדער פֿאַר מײַן מאַנס אויפֿמערק. איך קאָנקוריר מיט מײַן מאַן פֿאַר אונדזערע קינדערס ליבשאַפֿט.
איך אַרבעט אין "אַדווערטײַזינג", אַ פּירסום־פֿירמע, און בטבֿע איז די אַרבעט פֿול מיט קאָנקורענץ. פֿונעם אויפֿשטיין אין דער פֿרי, ביזן שלאָפֿן גיין אין אָוונט, שטרעב איך צו זײַן די בעסטע. אַזאַ איז מײַן נאַטור. אָבער איך האָב זיך געכאַפּט, אַז ס׳איז שוין דערגאַנגען צו ווײַט. ס׳איז צײַט פֿאַר אַ בײַט. איך וויל זיך אָבער נישט בײַטן אין גאַנצן; איך בין צופֿרידן אַזוי ווי איך בין, ווי איך שטיי און גיי. אָבער איך דאַרף זיך באַרויִקן אַ ביסל און איך ווייס נישט ווי אַזוי. ווי אַזוי קען איך מילדער מאַכן מײַן דראַנג צו קאָנקורירן?
קאָנקורענטקע אין דער שפּיל פֿון לעבן
טײַערע "קאָנקורענטקע אין דער שפּיל פֿון לעבן",
איך שטעל זיך פֿאָר, אַז אײַער טבֿע תּמיד צו קאָנקורירן האָט אײַך געהאָלפֿן אַנטוויקלען אַ גוטע פּרנסה און דערציִען אַ משפּחה. איך שטעל זיך אויך פֿאָר, אַז דאָס געפֿיל שטערט אין שאַפֿן נאָענטע באַציִונגען מיט אַנדערע. ווי קענען פֿרײַנד, אײַער מאַן און קינדער האָבן צוטרוי צו אײַך, ווען איר ווילט תּמיד זײַן בעסער פֿון זיי?
ס׳וואָלט בעסער געווען ווען איר קאָנקורירט מיט זיך אַליין. זאָל אײַער דראַנג געצילט ווערן אויף אינעווייניק. ווערט די בעסטע חבֿרטע, מאַמע און פֿרוי וואָס איר קענט ווערן. ווערט די בעסטע פּירסום־אַגענט וואָס מע קען ווערן. ווערט דער בעסטער מענטש וואָס איר קענט ווערן. ניצט אויס אײַער נאַטור פֿאַר קאָנקורענץ זיך צו לערנען צו טאָן מער ווי פֿריִער, און צו אינספּירירן אַנדערע.
* * *
איר האָט שאלות אין "הלכות־ליבע?" שיקט אַ בריוו — אויף ייִדיש אָדער ענגליש — צו חזנטע סלעק: HazzanAri@yahoo.com
אָדער
Cantors Office
10400 Wilshire Blvd
Los Angeles, CA 90024