פֿונעם אייביקן קוואַל

די פֿאַרגאַנגענע וואָך האָבן מיר באַטראַכט, ווי אַזוי די ימים־נוראָים זענען גײַסטיק פֿאַרבונדן מיטן חג־הסוכּות, אין שײַכות מיט די אותיות פֿונעם הייליקן שם־השם. יום־כּיפּור איז דער הויכפּונקט פֿונעם יאָר, ווען עס ווערט אַנטפּלעקט דאָס פּינטעלע, וואָס פֿאַרבינדט די ייִדישע נשמה מיט איר ג־טלעכן שורש.

די חז״ל זאָגן, אַז "עיצומו של יום", דער עצם פֿונעם הייליקן טאָג, רייניקט אויס פֿון די זינד. דורך דער עבֿודת־התּשובֿה, קאָנען מיר דערגרייכן דאָס דבֿקות מיטן ג־טלעכן שורש, העכער פֿון אַלע ווערטער און קאָנצעפּציעס. די קולמינאַציע פֿון דער דאָזיקער עבֿודה ווערט אויסגעדריקט דורך אַ מסירת־הנפֿשדיקער דעקלאַראַציע פֿון אַחדות־השם און איין פּשוטער תּקיעה פֿונעם שופֿר בײַ דעם סוף פֿון דער נעילה.
יום־כּיפּור איז סימבאָליש פֿאַרבונדן מיטן אות "יוד", פֿון וועלכן עס הייבט זיך אָן דער "שם־השם". דאָס איז דער איינציקער אות אינעם ייִדישן אַלף־בית, וואָס קאָן אויסגעדריקט ווערן מיט אַ פּשוט פּינטעלע. אַזאַ אות איז צוגעפּאַסט ווי אַ סימבאָל פֿון "עיצומו של יום", ווען עס ווערט אַנטפּלעקט דער ענין פֿון אַחדות־השם און דאָס "פּינטעלע" פֿון דער מענטשלעכער נשמה.
דער יום־טובֿ סוכּות איז סימבאָליש פֿאַרבונדן מיטן אות "הא". דער דאָזיקער אות גופֿא זעט אויס ווי דאָס "פּינטעלע ייִד", וואָס קומט אַראָפּ פֿון "הימל", פֿונעם דערהויבענעם יום־כּיפּורדיקן דבֿקות, און זעצט זיך אַנידער אונטער דעם דאַך פֿון דער סוכּה. אינעם פּסיכאָלאָגישן זין, איז דער חג־הסוכּות פֿאַרבונדן מיט בינה — דער ראַציאָנעלער כּוח פֿונעם מענטשלעכן שׂכל, וואָס ווערט געווירקט דורך די "פֿינקעלעך" פֿון איבערראַציאָנעלער אינטויִציע, וועלכע באַלויכטן דאָס מענטשלעכע באַוווּסטזײַן — אַזוי ווי די שטערן, וואָס שײַנען אַראָפּ דורך דעם סכך.
דאָס וואָרט "סוכּה" שטייט געשריבן אין דער תּורה אָן אַ "וואָוו" — "סכּה". ס׳איז אינטערעסאַנט, אַז די אותיות פֿונעם דאָזיקן וואָרט רעפּרעזענטירן אויף אַ וווּנדערלעכן אופֿן פֿאַרשיידענע מינים כּשרע סוכּות. די בעסטע סוכּה האָט אַלע פֿיר ווענט — אַזוי ווי דער אות "סמך", באַרינגלט פֿון אַלע זײַטן; דרײַ זײַטן אָדער צוויי זײַטן און אַ האַלב טויגן אָבער אויך — אַזוי ווי די אותיות "כף" און "הא".
די ערשטע צוויי אותיות פֿונעם שם־השם שטעלן מיט זיך פֿאָר אַ פֿאַרקירצטן וואַריאַנט פֿון דעם אייבערשטנס נאָמען: "י־ה". כּדי אָנצושרײַבן דעם הייליקן נאָמען אינגאַנצן, מוז מען אָבער צוגעבן נאָך צוויי אותיות, אַ "וואָוו" און אַ צווייטע "הא", וועלכע סימבאָליזירט דאָס שלימות פֿון וועלט־באַשאַף און ג־טלעכער אַנטפּלעקונג.
ווען אַ מענטש פּלאַנירט עפּעס אויפֿצובויען ווי געהעריק, דורך זײַן מידת־בינה, מוז ער פֿאַרשפּרייטן זײַן געדאַנק אין אַלע זײַטן, כּדי צו באַטראַכטן יעדן פּרט פֿון זײַן פּלאַן. דער אות "וואָוו", וואָס באַצייכנט אויך די צאָל זעקס, סימבאָליזירט דעם דאָזיקן פּראָצעס. כּדי צו באַשאַפֿן די וועלט, האָט דער אייבערשטער, כּבֿיכול, אויספּלאַנירט דעם גאַנצן וועלט־בנין אין אַלע זעקס ריכטונגען — אין דער לענג, אין דער ברייט און אין דער הייך. דערנאָך האָט ער פֿאַרווירקלעכט דעם פּלאַן, און פֿאַרשפּרייט זײַן מחשבֿה אין עולם־הזה. דער לאַנגער אות "וואָוו" סימבאָליזירט די דאָזיקע פֿאַרשפּרייטונג פֿון אויבן אַראָפּ, פֿון עולם־המחשבֿה אין עולם־המעשׂה, און דער צווייטער אות "הא" — די פֿאַרווירקלעכונג פֿונעם פּלאַן.
פֿאַרשטייט זיך, אַז מע טאָר נישט אויפֿנעמען אַזעלכע באַשרײַבונגען פֿונעם וועלט־באַשאַף צו בוכשטעבלעך. דער באַשעפֿער איז העכער פֿון אַלע מענטשלעכע קאָנצעפּציעס, אַרײַנגערעכנט אַזעלכע באַגריפֿן, ווי "מחשבֿה" און "פּלאַן". ווי עס ווערט דערקלערט אין די חסידישע ספֿרים, זענען זיי אַזוי פּונקט ווײַט פֿונעם ג־טלעכן עצם, ווי אַ גראָבער פֿיזישער שטיין. און פֿאָרט, ווייסט מען דאָך, אַז אַלע זאַכן, גשמיותדיקע און רוחניותדיקע, זענען מאַניפֿעסטאַציעס פֿון ג־טלעכקייט.
דאָס פֿאַרבאָרגענע "פּינטעלע" פֿון דער מענטשלעכער נשמה, וואָס ווערט אַנטפּלעקט בעת דער יום־כּיפּורדיקער עבֿודה, איז אויך טיפֿער, ווי אונדזערע קאָנקרעטע מחשבֿות און מעשׂים. מיר מוזן גוט אויספּלאַנירן, ווי אַזוי צו שאַפֿן אַן אייגן שטיקל וועלט, וווּ אונדזער ג־טלעכע "נשמה־פּינטעלע" וועט זיך ווײַטער אַנטפּלעקן אינעם נײַ־געקומענעם יאָר.
די מיצוות פֿון חג־הסוכּות ווײַזן אָן, אַז נאָך די הייליקע ימים־נוראָים מוזן מיר אָנהייבן שאַפֿן אַ שטיקל אייגענע וועלט. במשך פֿון זיבן טעג, וואָס סימבאָליזירן די שטאַפּלען פֿון מעשׂה־בראשית, שאָקלען מיט דעם לולבֿ, הדסים, ערבֿות און אתרוג אין אַלע זעקס ריכטונגען — ווי אַ סימן פֿון אונדזער פּלאַן אָנצופֿילן די אַרומיקע וועלט פֿון אַלע זײַטן מיט קדושה און באַדײַט. די אַרבע־מינים גופֿא זענען מרמז אויף די פֿיר אותיות פֿון שם־השם.
אויב מע גיט אָבער אַ טראַכט וועגן דעם דערמאָנטן אותיות־סימבאָליזם קאָן מען באַמערקן אַ וויכטיקן מאָמענט. כּדי צו אַנטפּלעקן די אותיות און צו פֿאַרבינדן זיי צוזאַמען, פֿאָדערט מען, קודם־כּל, עפּעס אַ מאַטעריאַל. דאָס פּאַפּיר איז, אין אַ געוויסן זין, דער וויכטיקסטער טייל פֿונעם בוך, ווײַל אָן דעם שרײַב־מאַטעריאַל וואָלט קיין טעקסט נישט געקאָנט עקזיסטירן בכלל.
די תּורה הייסט נישט אויספֿירן קיין ספּעציפֿישע מיצוות, פֿאַרבונדן מיט דעם הײַנטיקן יום־טובֿ, שמיני־עצרת און שׂימחת־תּורה. דער עיקר־באַדײַט פֿון די דאָזיקע טעג איז בלויז אַ המשך פֿונעם פֿאַרגאַנגענעם חג־הסוכּות. פֿונדעסטוועגן, האָבן די ייִדן פֿאַרוואַנדלט די דאָזיקע טעג דווקא אין דער גרעסטער שׂימחה. הגם די לוסטיקע הקפֿות און די טענץ מיט די ספֿר־תּורות זענען בלויז אַ פֿאָלק־מינהג, זענען זיי די בולטסטע און לעבעדיקסטע קולמינאַציע פֿון די האַרבסטיקע יום־טובֿים. מיט אַנדערע ווערטער: דווקא צוליב דעם, וואָס שׂימחת־תּורה איז בלויז אַ המשך פֿון סוכּות, האָבן די ייִדן אָנגעפֿילט דווקא דעם דאָזיקן יום־טובֿ מיט אַ באַזונדערס טיפֿן באַדײַט, באַזונדערס שיינע מינהגים און פֿריילעכע טענץ. בײַ די חסידים ווערן די שׂימחת־תּורהדיקע הקפֿות אָפֿט באַטראַכט ווי די וויכטיקסטע עבֿודה פֿונעם יאָר.
פֿאַרוואָס איז עס אַזוי? שׂימחת־תּורה, ווי אַ קולמינאַציע פֿון די האַרבסטיקע יום־טובֿים, דינט ווי דער "מאַטעריאַל", וואָס פֿאַראייניקט זיי צוזאַמען, פֿילט זיי אָן מיט אַ ממשותדיקן באַדײַט — אַזוי ווי דער קלף, וואָס פֿאַרוואַנדלט די ספֿר־תּורה פֿון אַ פּשוטן חומש אין דער הייליקסטער זאַך אין דער שיל. די תּורה הייבט זיך אָן נישט מיט די אותיות, נאָר מיט דעם מאַטעריאַל, אויף וועלכן זי איז אָנגעשריבן, און וועלכער טראָגן אין זיך אַלע פּאָטענציעלע אותיות און באַדײַטן.
צוליב דעם, הייבט מען אָן צו לייענען די גאַנצע תּורה פֿון ס׳נײַ דווקא דעם הײַנטיקן יום־טובֿ — נאָך דעם, ווי די וועלט, אויסערלעכע און אינערלעכע, איז געוואָרן ווידער באַנײַט — שאַפֿנדיק דעם מאַטעריאַל פֿאַר אַ נײַעם "בראשית".