הגם ייִדן האָבן ליב קאַרטאָפֿל, עצהן די עקספּערטן צו פֿאַרבײַטן קאַרטאָפֿל אויף באַטאַטן (זיסע קאַרטאָפֿל) ווען נאָר מעגלעך, ווײַל זיי זענען אַ סך געזינטער.
אין דעם רעצעפּט קאָכט מען צוערשט אָפּ די באַטאַטן, איידער מע באַקט דעם קוגל, אָבער איר קענט עס מאַכן אַ סך גיכער, אויב איר שטעכט די באַטאַטן עטלעכע מאָל מיט אַ גאָפּל און שטעלט זיי אַרײַן גאַנצערהייט אין מיקראָכוואַלניק.
שפּריצבוימל
4 טעפּלעך צעשניטענע אָפּגעשיילטע באַטאַטעס
1/2 טעפּל צוקער
2 אייער, צעשלאָגן
1/2 לעפֿעלע זאַלץ
4 לעפֿל פּוטער אָדער מאַרגאַרין
1/2 טעפּל מילך
1/2 לעפֿעלע וואַניל
1/2 טעפּל ברוינער צוקער
1/3 טעפּל מעל
3 לעפֿל פּוטער אָדער מאַרגאַרין
1/2 טעפּל פּעקאַן־ניס
הייצט אָן דעם אויוון אויף 325 גראַד (165 צעלזיוס). באַשפּריצט אַ בעקן מיט שפּריצבוימל.
קאָכט אָפּ די צעשניטענע באַטאַטעס אין וואַסער אויף אַ מיטעלן פֿײַער, ביז זיי ווערן ווייך. זיפּט אָפּ די באַטאַטעס און צעקוועטשט זיי.
אין אַ גרויסער שיסל, מישט צונויף די באַטאַטעס, צוקער, אייער, זאַלץ, פּוטער מילך און וואַניל. גיסט דאָס אַלץ אַרײַן אין בעקן.
אין אַ קליינער שיסל מישט צונויף דעם צוקער מיטן מעל. צעשנײַדט די פּוטער אויף שטיקעלעך און ניצנדיק צוויי מעסער, "שנײַדט" די פּוטער אַרײַן אינעם מעל־געמיש, ביז עס מישט זיך גוט אויס. מישט אַרײַן די פּעקאַן־ניס. באַשיט מיט דעם דעם קוגל.
באַקט אינעם אויוון אַ האַלבע שעה, אָדער ביז דער קוגל ברוינט זיך צו.