"וישבֿ יעקבֿ בארץ מגורי אָבֿיו" — און יעקבֿ האָט זיך באַזעצט אינעם לאַנד פֿון זײַן טאַטן. ווי מיר האָבן באַהאַנדלט די פֿאַרגאַנגענע וואָך, זענען די לעצטע צוויי פּרשיות געווען דורכגענומען מיט אומעט און אומזיכערקייט, און זייערע נעמען גופֿא — "ויצא" און "וישלח" — זענען פֿאַרבונדן מיט יעקבֿס לאַנגער אַרבעט בײַ זײַן פֿעטער לבֿן און מיט זײַן סכּנותדיקער באַגעגעניש מיט עשׂו און עשׂוס מלאך. אַחוץ דעם, ווערט אין דער פֿריִערדיקער פּרשה דערציילט די סתּירותדיקע מעשׂה וועגן שמעונס און לויס נקמה פֿאַר זייער שוועסטער, דינה, ווי אויך וועגן דעם טויט פֿון יעקבֿס באַליבט ווײַב, רחל.
סוף־כּל־סוף, האָט יעקבֿ זיך רויִק באַזעצט אין זײַן היים און געמיינט, אַז זײַנע אומעטיקע פּאַסירונגען האָבן זיך שוין פֿאַרענדיקט. פֿון אַלע זײַנע צוועלף זין, האָט יעקבֿ באַזונדערס ליב געהאַט יוספֿן, און געמאַכט פֿאַר אים אַ ספּעציעלן בונטן מלבוש, כּדי צו ווײַזן זײַן ספּעציעל אָרט אין דער משפּחה. בײַ יוספֿן האָבן זיך אָבער געשאַפֿן אָנגעשטרענגטע באַציִונגען מיט זײַנע ברידער, וועלכע האָבן אים געהאַלטן פֿאַר אַ רכילותניק און אַ בעל־גאווה.
דער קאָנפֿליקט איז געוואָרן אַלץ שאַרפֿער, און זיי האָבן באַשלאָסן, אַז יוסף פֿאַרדינט טויט. זײַן ברודער יהודה האָט אָבער געגעבן אַן עצה צו פֿאַרקויפֿן יוספֿן אין שקלאַפֿערײַ, און געזאָגט זייער טאַטן, אַז זײַן באַליבטסטער זון איז טויט.
אין דער אמתן, אָבער, איז יוסף געבראַכט געוואָרן קיין מצרים, און געדינט דאָרטן ווי אַ משרת בײַ אַן אָרטיקן עושר, פּוטיפֿר. פּוטיפֿרס ווײַב, האָט געפּרוּווט אײַנרעדן דעם יונגן באַדינער מיט איר צו זינדיקן. ווען יוסף האָט זיך אָפּגעזאָגט און אַנטלאָפֿן פֿון איר, איז זי געוואָרן ברוגז, און האָט געמאָלדן, אַז יוסף האָט זיך, כּלומרשט, געטשעפּעט צו איר, איבערדרייענדיק די גאַנצע מעשׂה. צוליב דעם פֿאַלשן בילבול, האָט מען אײַנגעזעצט יוספֿן אין תּפֿיסה, פֿונוואַנען ער האָט זיך געראַטעוועט — ווי מיר וועלן לייענער אין אַ וואָך אַרום, אין דער קומענדיקער פּרשה — צוליב זײַן פֿעיִקייט אָפּצוטײַטשן חלומות.
די הײַנטיקע פּרשה הייסט "וישבֿ" — פֿונעם זעלבן שורש, ווי דאָס וואָרט "ייִשובֿ", וואָס באַצייכנט, געוויינטלעך, אַ סטאַביל, אײַנגעזעסן לעבן. דער לייטמאָטיוו פֿון דער הײַנטיקער פּרשה איז אָבער פּונקט אַ פֿאַרקערטער; זי איז נאָך מער אָנגעפֿילט מיט דעם מאָטיוו פֿון נע־ונד און אומזיכערקייט. אין די פֿריִערדיקע פּרשיות, האָט יעקבֿ געמוזט אַנטלויפֿן פֿון דער היים, צו אַרבעטן 20 יאָר אין דער פֿרעמד, און זיך איבערבעטן מיט זײַן אויפֿגעבראַכטן ברודער.
איצט האָט יעקבֿ זיך טאַקע רויִק באַזעצט אין ארץ־כּנען, אָבער פּלוצעם האָט ער פֿאַרלוירן יוספֿן, מיינענדיק, אַז זײַן זון איז אומגעקומען. מסתּמא, האָט עס געבראַכט יעקבֿן נאָך מער עגמת־נפֿש, ווי די פֿריִערדיקע צרות. אין דער זעלבער צײַט, האָט יוסף איבערגעלעבט אין מצרים אַ ריי אויסטערלישע פּאַסירונגען.
געוויינטלעך, זענען די חלומות אַ נייטראַלע זאַך, וואָס ברענגט נישט קיין היזק, אָבער אויך נישט קיין סך באַנוץ. אין זײַנע חלומות, האָט יוסף געזען, אַז ער וועט אַמאָל ווערן אַ הערשער איבער זײַן אייגענער משפּחה. זײַנע ברידער האָבן אָבער אויפֿגענומען די דאָזיקע חלומות גאַנץ ערנסט, און האָבן אים צוליב זיי שיִער נישט דערהרגעט.
ווי עס דערציילט דער מדרש, האָט פּוטיפֿרס ווײַב, זוליכה (זולייכע), געמיינט לשם־שמים, ווען זי האָט געפּרוּווט צו פֿאַרפֿירן יוספֿן. דורך אירע אַסטראָלאָגישע חשבונות, האָט זי געמאַכט אַן אויספֿיר, אַז אירע אייניקלעך וועלן שטאַמען פֿון יוספֿן — דערפֿאַר האָט זי געוואָלט האָבן פֿון אים אַ קינד. הגם אַסטראָלאָגיע איז נישט קיין חלום, איז עס אויך פּונקט אַזאַ צווייפֿלהאַפֿטיקער קוואַל פֿון אינפֿאָרמאַציע.
דאָס הייסט, אַז יוסף איז געבראַכט געוואָרן קיין מצרים צוליב זײַנע חלומות, אײַנגעזעצט געוואָרן אין תּפֿיסה צוליב זוליכהס אַסטראָלאָגישע ספּעקולאַציעס, און איז שפּעטער געראַטעוועט געוואָרן צוליב די חלומות פֿון אַנדערע אַרעסטאַנטן. אַ וועלט, ווי חלומות און אַסטראָלאָגיע שפּילן אַזאַ באַשליסנדיקע ראָלע, אַפֿילו אין די פֿראַגעס פֿון לעבן און טויט, וואָלט אויסגעזען געפֿערלעך אומזיכער פֿאַר אַ דורכשניטלעכן מענטש.
פּאַראַדאָקסיש, אָבער, זענען אַלע דערמאָנטע חלומות, צום סוף, פֿאַרווירקלעכט געוואָרן. אַפֿילו זוכילה איז געווען גערעכט: יוסף האָט שפּעטער חתונה געהאַט מיט איר טאָכטער, און אירע אייניקלעך האָבן טאַקע געשטאַמט פֿון אים. אַדרבה, האָבן זיי שפּעטער געבראַכט יוסף צו אַ גרויסער גדולה, ווי אַ מיצרישער שני־למלך, געראַטעוועט זײַן משפּחה פֿון הונגער, און געדינט ווי אַ קערן־פּונקט אין דער ייִדישער געשיכטע. דורך געוויינטלעכע, נישט "חלומדיקע" מיטלען, וואָלט ער נישט געקאָנט אויספֿירן אַזאַ וויכטיקע היסטאָרישע ראָלע.
על־פּי־קבלה, רעפּרעזענטירט יעקבֿ די מידה פֿון תּפֿארת — אמת, האַרמאָניע און אַחדות. אויפֿן ערשטן בליק, איז יעקבֿס לעבן, מיט אַ סך וואַנדערונגען און ליידן, געווען ווײַט פֿון האַרמאָניש. ס׳איז נישט תּמיד אַזוי גרינג צו לייזן די סתּירות צווישן די היפּוכדיקע כּוחות פֿון דער וועלט. אַבֿרהם האָט רעפּרעזענטירט מידת־החסד, און זײַן זון, יצחק — די פֿאַרקערטע, מידת־הגבֿורה. דער קאָנטאַקט צווישן די דאָזיקע מידות איז געשען בעת דער עקידה, ווען אַבֿרהם האָט שיִער נישט געשאָכטן יצחקן ווי אַ קרבן.
דווקא צוליב דעם, ווי אַ רעזולטאַט פֿון דער דאָזיקער אויסטערלישער מעשׂה, האָט יצחק באַקומען אַ ברכה צו האָבן אַ זון, וועלכער וועט קאָנען פֿאַראייניקן אין זיך ביידע מידות. יעקבֿס צווילינג־ברודער, עשׂו, האָט אויך געטראָגן אין זיך אַזאַ פּאָטענציאַל; אַנשטאָט לייזן די סתּירות פֿונעם וועזן, איז ער אָבער אַליין געוואָרן אַ סתּירותדיקער מענטש. יעקבֿן האָט זיך אָבער אײַנגעגעבן צו ווײַזן, דורך זײַן לעבנסוועג, אַז די סתּירותדיקע זײַטן פֿון דער וועלט קאָנען צונויפֿקומען אין אַ האַרמאָנישער אייניקייט.
יוסף, ווי עס דערקלערן די מקובלים, האָט ממשיך געווען און פֿאַרווירקלעכט יעקבֿס דרך. ער האָט רעפּרעזענטירט די מידת־היסוד — דעם פּרינציפּ פֿון קאָנטאַקט און פֿאַרבינדונג. אין דער מעשׂה מיט זוליכה, האָט ער געוויזן, אַז נישט אין אַלע פֿאַרבינדונגען און באַציִונגען איז כּדאַי זיך אַרײַנצולאָזן; ס׳איז אַמאָל בעסער זיי אויסצומײַדן, נישט געקוקט אויף אַ מעגלעכער סכּנה. דורך זײַנע חלומות האָט ער אָבער אויפֿגעוויזן, אַז מע קאָן ברענגען פּאַראַדאָקסן און סתּירות אין אַ פֿרוכטבאַרער און באַדײַטפֿולער באַציִונג.
יוספֿס וואַנדערונגען אין מצרים האָבן, ווי מע זעט שפּעטער, געבראַכט סטאַביליטעט און כּבֿוד צו יעקבֿס משפּחה. דער נאָמען פֿון דער הײַנטיקער פּרשה איז טאַקע באַרעכטיקט. יוספֿס פֿאַרלוסט איז געווען, פּאַראַדאָקסיש, דער אָנהייב פֿון יעקבֿס שפּעטערדיקער מנוחה, זיכערקייט און פֿאַרווירקלעכונג פֿון זײַן מידת־התּפֿארת — אַן אחדות צווישן אַזעלכע היפּוכדיקע זאַכן, ווי חלום און וואָר, נבֿואה און לאָגיק, נע־ונד און זיכערקייט.