פֿון אונדזער פֿאָלקלאָר־אוצר
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון איציק גאָטעסמאַן

דער אינטערעס צו ש. אַנ־סקי, צו זײַן פֿילזײַטיקן לעבן און זײַנע ווערק, ווערט גרעסער פֿון יאָר צו יאָר. מיט 20 יאָר צוריק האָט דער ברייטערער עולם אים נאָר געקענט ווי דער מחבר פֿונעם "דיבוק", אָבער זינט דעמאָלט האָט מען וועגן אים אָרגאַניזירט קאָנפֿערענצן, און געדרוקט ביכער. די וואָך איז אָנגעקומען אַן אויסשעפּיקע ביאָגראַפֿיע, געשריבן פֿון פּראָפֿ׳ גאַבריעלע סאַפֿראַן פֿונעם סטאַנפֿאָרד־אוניווערסיטעט; פּראָפֿ׳ נתּניאל דויטש גרייט צו אַן אַקאַדעמיש איבערגעזעצטע אויפֿלאַגע אויף ענגליש פֿון אַנ־סקיס "די ייִדישע עטנאָגראַפֿישע פּראָגראַם" — אַ גאָר וויכטיקער טעקסט אין דער ייִדישער פֿאָלקלאָר־פֿאָרשונג.

וועגן "פּראָגראַם", וואָס איז צונויפֿגעשטעלט געוואָרן אין דער פֿאָרעם פֿון אַ 200־זײַטיקער אַנקעטע, איז טאַקע דאָ וואָס צו שרײַבן. צום באַדויערן, האָט מען נאָר געדרוקט דעם ערשטן טייל — "דער מענטש" (פּעטראָגראַד, 1914) — אונטער דער רעדאַקציע פֿונעם רוסיש־ייִדישן עטנאָגראַף ל. י. שטערענבערג (וועגן אים איז אויך אַרויס לעצטנס אַ ביאָגראַפֿיע אויף ענגליש). אָבער מיר דאַרפֿן זיך פֿילן מזלדיק, וואָס דאָס ווערק איז אַפֿילו אָפּגעדרוקט געוואָרן. דער ערשטער טייל נעמט אַרײַן צוויי טויזנט קשיות פֿון דער אַנקעטע, וואָס אַנ־סקי, צוזאַמען מיט זײַן "מאַנשאַפֿט" (צווישן זיי די באַקאַנטע זאַמלער אַבֿרהם רעכטמאַן און אַ. יודיצקי) האָבן צוגעטראַכט פֿאַר דער עטנאָגראַפֿישער עקספּעדיציע.

אַנ־סקי, ווי ער האָט געשריבן אין דעם אַרײַנפֿיר צו דער אַרבעט, האָט באַטראַכט פֿאָלקלאָר ווי די תּורה שבעל־פּה פֿונעם ייִדישן פֿאָלק; נישט ווייניקער וויכטיק ווי די תּורה שבכּתבֿ:

"אָט די תּורה שבעל־פּה, וועלכע באַשטייט פֿון פֿאָלקס־מעשׂיות און לעגענדעס, משלים און גלײַכווערטלעך, לידער און ניגונים, מינהגים, זיטן, גלויבונגען אאַ״וו, איז אויך אומגעהויער גרויס. זײַנענדיק באַשאַפֿן דורך דעם זעלבן ייִדישן גײַסט, ווי די תּורה שבכּתבֿ, שפּיגלט זי אָפּ אין זיך די שיינקייט און ריינקייט פֿון דער ייִדישער נשמה, די צאַרטקייט און איידלקייט פֿון דעם ייִדישן האַרץ, די הויכקייט און טיפֿקייט פֿון דעם ייִדישן געדאַנק".

די אוצרות פֿון ייִדישן פֿאָלקלאָר, לויט אַנ־סקין, ווערן בכלל נישט לײַטיש אָפּגעשאַצט פֿונעם פֿאָלק, וואָס קוקט מיט ביטול אויף זיי. דאָס פֿאָלק, שרײַבט ער, "באַציט זיך גרינג און מיט פֿאַראַכטונג צו דער גרויסער און רײַכער שאַפֿונג, וועלכע עס לעבט אין פֿאָלק, ווערט איבערגעגעבן מינדלעך פֿון איין דור צום צווייטן". דערפֿאַר נעמט זיך אַנ־סקי אונטער צו פֿאָרן אין זײַנע עטנאָגראַפֿישע עקספּעדיציעס, צו זאַמלען און ראַטעווען די אוצרות, וואָס פֿאַרשווינדן אונטער די אויגן — "מיט יעדן אַלטן מאַן וואָס שטאַרבט, מיט יעדער שׂרפֿה, מיט יעדן גירוש ווערט פֿאַרפֿאַלן אַ שטיק פֿון אונדזער עבֿר; עס ווערן פֿאַרשוווּנדן די שענסטע אויפֿפֿירונגען פֿון אַמאָליקן לעבן מיט זײַנע מינהגים, זיטן און גלויבונגען..."

אין דעם אַרײַנפֿיר־וואָרט ווערט קלאָר אַרויסגעזאָגט דאָס שליחות פֿון דער עקספּעדיציע, צו פּרעזערווירן די אוצרות, און שאַפֿן אַ "נאַציאָנאַלן ייִדישן מוזיי", וואָס אַנ־סקי האָט צום טייל שפּעטער דערגרייכט אָדער אינספּירירט. אָבער וואָס איז צו חידושן זיך פֿון אַנ־סיקס ווערטער, איז זײַן געדאַנק, אַז "כּדי אויפֿצולעבן דאָס אַלטע ייִדישע לעבן מיט אַלע זיטן, אויפֿפֿירונגען און גלויבונגען, האָט די עקספּעדיציע צוזאַמענגעשטעלט אַ פּראָגראַם מיט פֿראַגעס וועגן דער דערשײַנונג פֿון לעבן". האָט אַנ־סקי טאַקע געוואָלט "אויפֿלעבן" דעם פֿאָלקלאָר און דעם אַמאָליקן לעבנס־שטייגער? און אויב יאָ, ווי וואָלט ער דאָס פּראַקטיש דורכגעפֿירט? מיר דאַכט, אַז קיין אַנדער ייִדישער פֿאָלקלאָריסט האָט נישט אַרײַנגעשטעלט אין זײַן "פּראָגראַם", אַזאַ פּונקט: "אויפֿצולעבן" דעם פֿאָלקלאָר. לידער און פֿאָלקס־מעשׂיות קען מען פֿאָרשטעלן און דערציילן און דערמיט אויפֿלעבן אין אַ געוויסן זינען, אָבער האָט אַנ־סקי געוואָלט צוריק אײַנפֿירן די אַלטע "גלייבענישן און טראַדיציעס אין דער נײַער "אויפֿגעקלערטער" און רעוואָלוציאָנערער צײַט? פֿאַרשטייט מען שוין, פֿאַר וואָס אַנ־סקי איז טאַקע אַ קאָמפּליצירטע פּערזענלעכקייט וואָס ציט צו פֿאָרשערס — די סתּירות פֿון זײַן לעבן און פֿילאָסאָפֿיע שפּיגלען אָפּ אַ זעלטענעם דור אין דער ייִדישער געשיכטע.

"די ייִדישע עטנאָגראַפֿישע פּראָגראַם" ווערט אײַנגעטיילט אין פֿינף קאַפּיטלעך: "דאָס קינד", "פֿון חדר ביז דער חתונה", "די חתונה" "משפּחה־לעבן" "דער טויט". די אויספֿאָרשער, די עטנאָגראַפֿן און פֿאָלקלאָריסטן, וואָס האָבן צונויפֿגעשטעלט די אַנקעטע, פֿרעגן כּלערליי מינים קשיות אויף פֿאַרשיידענע מינים אופֿנים. דאָס הייסט, אַמאָל איז די פֿראַגע אַן "אָפֿענע" אין וועלכער מע בעט דעם מענטש וואָס ענטפֿערט אויף דער אַנקעטע, ער זאָל באַשרײַבן געוויסע מינהגים, ווי למשל: "זענען פֿאַראַן סימנים צו דערקענען, צי די פֿרוי איז מעוברת מיט אַ זכר אָדער מיט אַ נקבֿה?". אויף דעם קען מען ענטפֿערן מיט עטלעכע סימנים, אָדער פּשוט ענטפֿערן "ניין".

אַן אַנדער מין פֿראַגע, ווי: "איז פֿאַראַן אַ גלויבונג, אַז אויב אַ מעוברת שלאָפֿט פֿיל, איז אַ סימן, אַז זי וועט געבוירן אַ מיידל?" אָדער "איז פֿאַראַן אַ גלויבונג, אַז אויב אַ מעוברת האָט אַרויפֿגעטראָטן אויף דעם אָרט וווּ אַ שקאַפּע האָט זיך געקײַקלט, וועט זי טראָגן צוועלף חדשים?", פֿאָדערט פּשוט אַ "יאָ" צי "ניין" ווי אַן ענטפֿער; און די ענטפֿערס וואָלטן נישט צוגעגעבן קיין סך אינפֿאָרמאַציע צו דער פֿראַגע.

אין די צוויי טויזנט פֿראַגעס ליגט אַן אוצר פֿון פֿאָלקלאָר וועגן דעם פֿאָלקישן שטייגער פֿון לעבן אין מיזרח־אייראָפּע. גלייבענישן און מינהגים וואָס מע האָט אין גאַנצן פֿאַרגעסן וועגן זיי, וואָס מע קען נאָר געפֿינען, אויב מע האָט מזל, אין זכרונות־ביכער, אָדער רבנישע שאלות און תּשובֿות. דער טראָפּ אויף מינהגים, טראַדיציעס און גלייבענישן איז אויך אַן אוניקאַלער אַספּעקט פֿון אַנ־סקיס פֿאָלקלאָר־פֿאָרשונג, אין פֿאַרגלײַך מיט דעם דור וואָס איז אים נאָכגעגאַנגען אין פּוילן און סאָוועטן־פֿאַרבאַנד. אין פּוילן, צווישן די וועלט־מלחמות, האָבן די ייִדישע פֿאָלקלאָריסטן געלייגט דעם טראָפּ אויף ייִדיש־שפּראַכיקע טעקסטן, ווי לידער און מעשׂיות, און ווייניקער זיך אינטערעסירט אין די מינהגים און גלייבענישן. בלויז די "ייִוואָ־עטנאָגראַפֿישע קאָמיסיע" האָט אַרויסגעשיקט אַנקעטעס וועגן מינהגים, ווי אָפּשערענישן בײַם ייִנגל. זאַמלונגען פֿון מינהגים און גלייבענישן האָט מען גאָר ווייניק געדרוקט, און קיין מאָל נישט ווי אַן אומאָפּהענגיקע זאַמלונג.

ווען פּראָפֿ׳ דויטשס אויסגאַבע פֿון דער "פּראָגראַם" וועט אַרויס, וועלן מיר זיך מער באַריכת אָפּגעבן מיט די אַנדערע טיילן פֿון דער אַנקעטע. אַנ־סקי און זײַנע מיטאַרבעטער האָבן אַזוי פּינקטלעך אויסגערעכנט די פֿראַגעס, אַז מע קען אַפֿילו לערנען אַ קורס וועגן דעם אַלטן ייִדישן לעבנס־שטייגער אויפֿן סמך פֿונעם טעקסט. די פֿראַגעס דעקן אַלע אַספּעקטן פֿונעם לעבן; אויך עקאָנאָמישע ("וואָס באַקומט געוויינטלעך די באָבע (אם) פֿאַר איר מי?" און געזעלשאַפֿטלעכע פּרטים פֿרעגט מען. ווער עס וויל זיך באַקענען מיטן ייִדישן שטעטל־לעבן, מיט דער פֿאָלקישער שאַפֿערישקייט פֿון דעם לעבן, דאַרף אַרײַנקוקן אין אַנ־סקיס "עטנאָגראַפֿישער פּראָגראַם".