פּערל פֿון ‫ייִדישער פּאָעזיע
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון חנה מלאָטעק

אַ דריטער דיכטער וואָס האָט דערגרייכט זײַן 90סטן געבוירן־יאָר הײַיאָר, איז דער לאָס־אַנדזשעלעסער דיכטער און עסיייִסט, רעדאַקטאָר פֿון דעם געוועזענעם זשורנאַל "חשבון" — דער פּרײַז־געווינער משה שקליאַר. מיט זײַן צוריקציִען זיך פֿון דער רעדאַקציע צוליב געזונט, האָט דער לויבווערדיקער ליטעראַרישער זשורנאַל זיך געשלאָסן נאָך 051 נומערן. מיר פֿלעגן מיט הנאה לייענען די עסייען, פּראָזע־ווערק און לידער; מיר האָבן געלייענט מיט אינטערעס וועגן די אַקטיוויטעטן וואָס דער לאָס־אַנדזשעלעסער קלוב האָט געפֿירט, וווּ די באַליבטע לילקע מײַזנער ע״ה האָט געווירקט. עס איז געווען אַ פֿײַנער זשורנאַל וועמענס שליסונג מיר באַדויערן.

אויף אונדז האָט משה שקליאַרס פּאָעזיע געמאַכט אַ רושם. יעדעס ליד איז אַ באַזונדער קוואַל פֿון מיטגעפֿיל און סאַטיספֿאַקציע. מיר פֿילן מיט זײַנע לירישע לידער פֿון דערמאָנונג, בענקשאַפֿט, עלנטקייט. צווישן זיי געפֿינען זיך אַזוי פֿיל פּערל, פֿון וועלכע מיר טיילן הײַנט אויס עטלעכע.


אַ טראָפּן שײַן

ווי משה, וואָס האָט אויסגעשלאָגן

וואַסער פֿונעם שטיין,

כ׳וואָלט וועלן אויסשלאָגן פֿון וואָרט מײַנעם

אַ טראָפּן שײַן

און מיט דעם אַנטקעגנגיין

דעם אומבאַקאַנטן מאָרגן,

וואָס איז נאָך פֿאַרבאָרגן

אין שאָטנס פֿונעם נעכטן

און פֿון הײַנט.


און אויב מײַן וואָרט וועט דעמאָלט

שוין נישט זײַן,

זאָל בלײַבן כאָטש

דער טראָפּן שײַן —

אַ קליינער שטערן,

וואָס קאָן אַ מאָל

אַ זון נאָך ווערן.


"מאָלן די אַמאָלן" — דעם וואָרטשפּיל באַשאַפֿט ער ווי אַ ליד און ווי אַ טיטל פֿון אַ בוך פֿון לידער און עסייען. ער האָט ניט געקענט ווי דער קינסטלער מאַרק שאַגאַל "מאָלן די אַמאָלן" :


מאָלן די אַמאָלן

כ׳האָב געוואָלט

ווערן אַ שאַגאַל

און מאָלן די אַמאָלן

נאָר זיי זענען

ווי ווילדע פֿייגל

אַרויסגעפֿלויגן פֿון זכּרון

אַ שוואַרצער וואָלקן

האָט געשטעלט זיך

צווישן מיר

און אַלע מײַנע יאָרן

אַ וואָלקן

וואָס פֿאַרשלונגען האָט

מײַן שטאָט און מײַנע גאַסן

נישט קיין פֿידלער אויף די דעכער

נישט קיין שוועבנדיקע פּאָרן

אַלע זענען זיי פֿאַרלאָרן

אין אַ העליש פֿײַער

און זיי שטאַרבן

צוזאַמען מיט די פֿאַרבן

אויף מײַן פּאַלעטע

מוז איך ווידער קערן זיך צום וואָרט

וואָס בלוטיקט אין מײַן ליד.


נאָך אַ ליד וואָס איז אונדז שטאַרק געפֿעלן איז "בײַם מיראָפּאָלער ציטערן די הענט", וועגן מיראָפּאָלער רבין אין שפּיל "דער דיבוק", וועלכן ער דעדיקירט צו אַבֿרהם מאָרעווסקין, דעם באַרימטן אַקטיאָר וואָס האָט פֿאָרגעשטעלט די ראָלע פֿון דעם רבין וואָס פֿאַרטרײַבט דעם דיבוק:


בײַם מיראָפּאָלער ציטערן די הענט

בײַם מיראָפּאָלער ציטערן די הענט,

די פֿאַרטרערטע אויגן

אין דער ווײַט געווענדט —

וואָס זעען זיי, די אויגן?

לאהלען מיט איר אלחנן,

וואָס זענען מיטן רויך

אין הימלען ווײַט פֿאַרפֿלויגן

און פֿאַר אים בלויז שאָטנס שטייען?


ווי קומט זי איצט אַהער

די בתולה לאה

צווישן בינע־רעקוויזיט?

און דאָך, ער הערט,

ער הערט די טריט.

מען פֿירט זי אויף דאָס נײַ צו אים,

ער זאָל זי אויסלייזן פֿון בייז.


בײַם מיראָפּאָלער ציטערן די הענט,

דער אַלטער גרײַז

הייבט אויף זײַן שטים

און ס׳דאַכט זיך —

באַלד

צעפֿאַלן זיך די ווענט

וואָס טיילן אָפּ

דאָס גוטס פֿון שלעכטס,

די פֿינצטערניש פֿון ליכט.

זײַן קאָפּ

האָט אויפֿגעהעלט.

נישט לאהלען ער גייט איצט אויסלייזן —

די וועלט,

די גאַנצע וועלט!


ביים מיראָפּאָלער ציטערן די הענט...


ער דריקט אויס אין אַ ליד זײַן רעזיגנאַציע, איראָניע און אומעט אויף די פֿאַרוואַקסענע פֿעלדער פֿון מאַידאַנעק:


אויף די פֿעלדער פֿון מאַידאַנעק גרינען גראָזן,

אויף די פֿעלדער פֿון מאַידאַנעק וואַקסן רויזן —

פֿלעקן בלוטיקע אויף ערד.

אויף דעם קוימען פֿון מאַידאַנעק אויף דעם גרעסטן

בויען פֿייגעלעך זיך אויס שוין נעסטן

און זיי טשווירקען פֿריילעך, אומגעשטערט.

דער באַרג מיט שיך איז שוין פֿאַרשימלט,

צווישן לאַגער־בגדים דרימלט

אַ פֿאַרשעמטער שטיל דער טויט.

ס׳קאָן די זון די רויכיקע מעת־לעתן

צווישן דראָטן נישט פֿאַרגעסן —

און מיר האָט זי דעם סוד פֿאַרטרויט...


גיי איך איבער פֿעלדער די מאַידאַנקער —

אַ פֿאַרבלאָנדזשעט שיפֿל אָן אַן אַנקער,

קאָן זיך נישט דערשלאָגן צו אַ ברעג.

אין די נעסטן טשווירקען וואָראָבייען,

נאָר איך אַליין בלויז קאָן זיך נישט באַפֿרײַען

פֿון דעם אומעטיקן, זוכנדיקן וועג.


דער דיכטער משה שקליאַר האָט זוכה געווען פֿיל אָנערקענונג און לויב פֿאַר זײַנע אויפֿטוען ווי אַ רעדאַקטאָר און אַ פּאָעט. זײַנע לידער זײַנען שטילע, פֿאַרטראַכטע און שיין געשניצט. מיר האָפֿן, אַז דער רעדאַקטאָר פֿון "פֿאָרווערטס" וועט זײַנע לידער דרוקן פֿון צײַט צו צײַט און מיר ווינטשן משה שקליאַרן דעם אייביקן ייִדישן וווּנטש, ער זאָל דערלעבן ביז הונדערט און צוואַנציק יאָר אָנגעפֿילט מיט שאַפֿערישן כּוח און גליק.