פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

יוסף איז פֿאַרקויפֿט געוואָרן ווי אַ שקלאַף, כּדי צו ראַטעווען זײַן משפּחה פֿון הונגער; זײַן נע־ונדעווען און אומגעוויינטלעכע מעשׂיות מיט חלומות זענען געווען דער יסוד פֿון יעקבֿס מיושבֿדיק לעבן אין מצרים. פֿון דער אַנדערער זײַט, איז דאָס דאָזיקע שטילע לעבן גופֿא געוואָרן דער אָנהייב פֿונעם ביטערן מיצרישן גלות.

דער נאָר־וואָס אָפּגעלאָפֿענער יום־טובֿ חנוכּה סימבאָליזירט אויך די דאָזיקע פּאַראַדאָקסישע און "חלומדיקע" נאַטור פֿון דער וועלט. דאָס וואָרט "חנוכּה" קאָן אָפּגעטײַטשט ווערן ווי "חנו כּה" — "זיי האָבן אַזוי אָפּגעריט". אַ קליינע גרופּע ייִדן איז אויפֿגעשטאַנען קעגן דער גרויסער גריכיש־סירישער אימפּעריע און, על־פּי־נס, געוווּנען. די גאולה האָט אָבער נישט געדויערט לאַנג; די חשמונאָים, וועלכע האָבן מנצח געווען אין קאַמף קעגן די סעלעווקידן, האָבן אַליין אײַנגעשטעלט אַ דיקטאַטאָרישע מאַכט.

חנוכּה איז נישט אַ געשעעניש פֿון אַ לאַנג־דויערנדיקן נצחון; מע פּראַוועט דעם קורצן מאָמענט פֿון גאולה; מע קוקט זיך אַרײַן אין די חנוכּה־ליכט, אין וועלכע עס ווערט אַנטפּלעקט דאָס באַהאַלטענע ליכט פֿון משיחס צײַטן. מע דערציילט, אַז גרויסע צדיקים קענען זען די גאַנצע וועלט, פֿון איין עק ביזן צווייטן, אינעם ציטערנדיקן פֿלאַם פֿון די חנוכּה־ליכט. דאָס פֿײַער ברענט נישט לאַנג, און דער יום־טובֿ גייט באַלד אַוועק, אָבער זײַן ליכט — דאָס ליכט פֿונעם קורצן גאולה־מאָמענט — בלײַבט פֿאַר אַ גאַנץ יאָר, ווי עס שטייט געשריבן אין די חסידישע ספֿרים.

דער הונגער האָט אויסגעבראָכן אין ארץ-כּנען, האָט יעקבֿ געשיקט אַלע זײַנע קינדער — אַחוץ בנימין — צו קויפֿן תּבֿואה אין מצרים. כּדי די ברידער זאָלן ברענגען אויך זײַן ייִנגסטן ברודער, האָט יוסף באַשולדיקט זיי אין שפּיאָנאַזש און פֿאַרהאַלטן שמעונען. יעקבֿ האָט געלאָזט בנימינען צו פֿאָרן אויך קיין מצרים, ווען יהודה האָט אָנגענומען דאָס פֿולע אַחריות פֿאַר אים. יוסף האָט געהייסן זײַנע באַדינער אַרײַנלייגן זײַן זילבערנעם בעכער אין בנימינס זאַק, כּדי צו פֿאַרהאַלטן זײַן ייִנגערן ברודער, כּלומרשט, ווי אַ גנבֿ.

"ויגש אליו יהודה" — די הײַנטיקע פּרשה הייבט זיך אָן מיט יהודהס בקשה צו נעמען אים פֿאַר אַ שקלאַף אַנשטאָט בנימינען. ער האָט געזאָגט, אַז אויב בנימין וועט זיך נישט אומקערן אַהיים, וועט זייער טאַטע — יעקבֿ — שטאַרבן פֿון עגמת־נפֿש. ווען יוסף האָט דאָס דערהערט, האָט ער מער נישט געקאָנט זיך פֿאַרשטעלן פֿאַר אַ פֿרעמדן. ער האָט דערקלערט ווער ער איז, און האָט זיך איבערגעבעטן מיט די ברידער, וועלכע האָבן אים פֿאַרקויפֿט אין שקלאַפֿערײַ. יעקבֿ איז אָנגעקומען קיין מצרים און האָט זיך געטראָפֿן מיט זײַן פֿאַרלוירענעם זון נאָך דער לאַנגער 22־יעריקער צעשיידונג.

דאָס וואָרט "ויגש" מיינט "און ער האָט זיך דערנענטערט". די חסידישע מפֿרשים זאָגן, אַז ווען ער האָט זיך דערנענטערט צו יוספֿן, האָט ער זיך אויך דערנענטערט, אין דעם מאָמענט, צו דעם אייבערשטן אַליין. יוסף איז געווען דער מיצרישער שני־למלך און האָט פֿאַקטיש אָנגעפֿירט מיטן גאַנצן לאַנד. ווען יהודה איז צוגעקומען צו אַ מענטש, וואָס האָט אַזעלכע גרויסע פֿולמאַכטן, האָט ער דערפֿילט, אַז ער דערנענטערט זיך, כּבֿיכול, צו אַ קוואַל פֿון ג־טלעכער השגחה.

אַן ענלעך געפֿיל דערפֿילט מען, ווען מע קומט צו אַ וואַסער־קוואַל, פֿון וועלכן עס הייבט זיך אָן אַ גרויסער טײַך, אָדער ווען מע גיט אַ טראַכט וועגן דעם, ווי די זון וואַרעמט און באַלעבט אונדזער גאַנצע פּלאַנעט מיט איר ענערגיע. יוסף איז געווען אַן "ענערגיע־צענטער", דורך וועלכן עס האָט זיך פֿאַרשפּרייט דאָס שפּײַז אין גאַנץ מצרים.

ווי עס ווערט אויך דערקלערט אין די חסידישע ספֿרים, שטאַמט דער נאָמען פֿונעם שטח לאַנד, וווּ יעקבֿ מיט זײַנע זין און זייערע משפּחות האָבן זיך באַזעצט אין מצרים — ארץ־גושן — פֿונעם זעלבן שורש, ווי "ויגש". כּל־זמן די ייִדן זענען געשטאַנען אויף אַ הויכער מדרגה, האָט זיך געשאַפֿן אַרום זיי אַ נײַ הייליק לאַנד, וווּ עס האָט געהערשט קדושה און נאָענטקייט צום באַשעפֿער. ערשט שפּעטער, ווען זיי זענען געפֿאַלן פֿון אַזאַ מדרגה, האָט זיך אין מצרים אָנגעהויבן דער אמתער גלות.

לויט די דאָזיקע פּירושים, איז פֿאַראַן אַ טיפֿע נאָענטקייט צווישן דער באַציִונג פֿון מענטש צו מענטש, ווי אויך צווישן דעם מענטש און דעם באַשעפֿער, וואָס ווערט אויך אָפּגעשפּיגלט אינעם מצבֿ פֿון דער אַרומיקער געזעלשאַפֿט. פֿון אָנהייב אָן, זענען יהודה און יוסף געווען דיאַמעטראַל־היפּוכדיקע פּערזענלעכקייטן. ווי עס ווערט דערקלערט אינעם ספֿר "מי־השילוח", פֿונעם איזשביצער רבין, האָט יוסף רעפּרעזענטירט כאַאָס, און יהודה האָט רעפּרעזענטירט אָרדענונג.

אין דער אַלטער ייִדישער פֿאָלק־קונסט — למשל, אין די אַמאָליקע מיזרח־אייראָפּעיִשע שילן און אויף די מצבֿות — איז געווען פֿאַשפּרייט אַ סימבאָל, וואָס דערמאָנט אויף דער מערבֿדיקער ניט־ייִדישער העראַלדישער טראַדיציע: אַ לייב און אַן איינהאָרן. אַזאַ סימבאָל פֿיגורירט, צום בײַשפּיל, אויפֿן בריטישן הערב, און רעפּרעזענטירט דעם היסטאָרישן געראַנגל צווישן ענגלאַנד און שאָטלאַנד. אינעם ייִדישן קאָנטעקסט, רעפּרעזענטירט דער סימבאָל משיחס צײַטן, ווען עס וועט געלייזט ווערן דאָס מעטאַפֿיזישע מחלוקת צווישן יהודה און יוספֿן.

אַחוץ דער קעגנזעצלעכער נאַטור פֿון די דאָזיקע צוויי ברידער, האָט יהודה דאָך פֿאָרגעלייגט צו פֿאַרקויפֿן יוספֿן אין שקלאַפֿערײַ. הגם יוסף איז שפּעטער געוואָרן אַ שני־למלך, האָט זײַן ברודער פּשוט געוואָלט פּטור ווערן פֿון אים. דערפֿאַר האָט ער אַפֿילו נישט געטראַכט, בײַם אָנהייב, אַז דער צווייט־וויכטיקער מענטש אין מצרים קאָן זײַן דער געוועזענער שקלאַף.

אַ געוועזענער שקלאַף, וועלכער האָט, אומגעריכט, עולה־לגדולה געווען, האָט איצט באַקומען די מאַכט איבער זײַנע געוועזענע פֿאַרשקלאַפֿער. אין דער מענטשלעכער געשיכטע ווערן אַזעלכע באַגעגענישן זעלטן אויסגעלאָזט מיט אַ גוטן סוף, בפֿרט ווען עס גייט אַ רייד וועגן צוויי היפּוכדיקע פּערזענלעכקייטן.

אַנשטאָט צו קריגן זיך ווײַטער, האָט יוסף זיך אָבער צעוויינט און זיך איבערגעבעטן מיט זײַנע ברידער. ווי מיר האָבן באַהאַנדלט אין דער פֿאָריקער פּרשה, די שטרעבונג צום סאָציאַלן יושר, אַחדות און ברידערלעכע באַציִונגען צווישן מענטשן העלפֿט צו אַנטפּלעקן ג־טלעכקייט אין דער וועלט. אין דעם פֿאַל פֿון נס־חנוכּה, האָבן די ייִדן זיך באַפֿרײַט פֿון די רדיפֿות דורך אַ מלחמה. אינעם פֿאַל פֿון יוסף, האָט מען אָבער געלייזט דעם אַלטן קאָנפֿליקט בשלום.

ווען מענטשן וואָלטן געלייזט אַלע געוועזענע מחלוקתן אַזוי פֿרידלעך און ברידערלעך, וואָלט, מסתּמא, אין ערגעץ נישט געווען קיין גלות, און דאָס ג־טלעכע ליכט וואָלט זיך אַנטפּלעקט אין דער גאַנצער וועלט.