- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
טײַערע חזנטע איך בין אויפֿגעוואַקסן אַ BMJ. וועט איר מסתּמא אַ פֿרעג טאָן — וואָס איז דער טײַטש פֿון BMJ? "קוים אַ ייִד" [Bare Minimum Jew]. דאָס הייסט, אַז מײַן משפּחה נייט מיך צו גיין אין שיל אויף די ימים־טובֿים, צו שפּילן אין דריידל חנוכּה, צו נעמען געלט בײַ מײַן בר־מיצווה. אַ קיצור, מײַנע נאָענטע חבֿרים און איך זענען פֿון אַ דור וואָס האָבן געהאַט אַ גאָר קליינע פֿאַרבינדונג מיט ייִדישקייט ווען מיר זענען אויפֿגעהאָדעוועט געוואָרן. נאָכן קאַלעדזש האָב איך געאַרבעט אין אַ פֿרעמד לאַנד, וווּ קיין סך אַמעריקאַנער האָבן נישט געוווינט, און אַוודאי נאָך ווייניקער ייִדן. זענען מענטשן געווען נײַגעריק צו וויסן, ווער איך בין, פֿון וואַנען איך שטאַם. בין איך געוואָרן מער און מער שטאָלץ מיט מײַן אָפּשטאַם, נישט נאָר ווי אַן אַמעריקאַנער, נאָר נאָך מער ווי אַ ייִד. לעצטנס האָב איך אויסגעפֿונען, אַז איינער פֿון מײַנע "קוים אַ ייִד"־חבֿרים האָט זיך פֿאַרקנסט מיט אַ קאַטויליש מיידל און איך דאַרף זײַן "דער בעסטער מאַן" אויף דער חתונה. איך פֿריי זיך מיט זײַן גליק; זיי זענען באמת פֿאַרליבט, אָבער עס קאָטערט מיך, וואָס זיי שטעלן נישט קיין חופּה, און האָבן נישט קיין ייִדישע חתונה. ער זאָגט, אַז זייערע קינדער וועלן ווערן דערצויגן אָן שום רעליגיע — נישט קיין ייִדישע, נישט קיין קאַטוילישע — ווײַל רעליגיע איז נישט וויכטיק פֿאַר זיי ביידן. איך קען אָננעמען, וואָס ער האָט חתונה מיט אַ קריסטין, אָבער נישט אָננעמען, וואָס ער שטאַמט פֿון דורות ייִדן און וועט ווײַטער נישט איבערגעבן זײַן ירושה צו די קינדער. ווי קען איך אים איבעררעדן ער זאָל דערציִען זײַנע אייגענע "קוים ייִדן"? אַ שטאָלצער "קוים־אַ־ייִד" טײַערער "קוים־אַ־ייִד", אײַער חוש פֿון הומאָר געפֿעלט מיר, ווי אויך צו הערן וועגן אײַער פּערזענלעכער נסיעה. ס׳איז אינטערעסאַנט, אַז ערשט נאָך דעם, ווי איר האָט זיך געפֿונען אין אַ פֿרעמד לאַנד, האָט איר באַקומען אַן אַנדער פּערספּעקטיוו אויף אײַערע וואָרצלען ווי אַן אַמעריקאַנער און ווי אַ ייִד. רעדט זיך ערלעך דורך מיט אײַער פֿרײַנד. גיט אים צו פֿאַרשטיין די סיבות, פֿאַר וואָס איר האַלט, אַז ס׳איז וויכטיק, ער זאָל איבערגעבן זײַנע ייִדישע טראַדיציעס צו זײַנע קינדער. דער אמת איז, אַז אײַער איצטיקע פּאָזיציע לגבי אים איז זייער וויכטיק. ווען אײַער פֿרײַנד וואָלט גערעדט מיט אַ רבֿ אָדער חזן, אָדער זײַנע טאַטע־מאַמע, זיידע־באָבע, אָדער פֿרומע חבֿרים, וואָלט ער פֿון זייערע מיינונגען געקענט זייער גרינג אַוועקמאַכן מיט דער האַנט. אָבער איר, ווי זײַן "בעסטער מאַן", און מיט אַן ענלעכן הינטערגרונט, קען מעגלעך יאָ האָבן אַ גרויסע השפּעה אויף אים. טײַערע חזנטע, מיר דאַכט זיך, אַז איך האָב זיך פֿאַרלוירן. איך האָב געוואָלט ווערן אַ פֿילם־מאַכער אין לאָס־אַנדזשעלעס, אָבער נאָך אָנדערטהאַלבן יאָר דאָרטן האָב איך קיין געלט און געדולט נישט געהאַט, און איך בין צוריקגעפֿאָרן אַהיים קיין לאָנדאָן, וווּ איך בין אַ דאָקטער. איך אַרבעט אין אַ לאָנדאָנער שפּיטאָל, וווּ איך באַקום אַ טשעק יעדע וואָך — אַ מחיה! איך בין שטאָלץ מיט מײַן אַרבעט, אָבער, אין האַרצן, איז דאָס נישט וואָס איך וויל טאָן מיט מײַן לעבן. דאָס לעבן אין לאָס־אַנדזשעלעס איז מיר זייער געפֿעלן. ווען איך באַקום ידיעות פֿון מײַנע חבֿרים דאָרטן, און וואָס זיי טוען אויף, און וועגן דער קהילה אַרום דער סינאַגאָגע, וווּ איך בין געווען אַקטיוו, פֿיל איך זיך גאָר אָפּגעפֿרעמדט, און כ׳וואָלט זייער דאָרטן געוואָלט זײַן. אַגבֿ, בין איך אויך אַ מוזיקער און כ׳האָב געשפּילט אויף דער פֿלייט אין דער שיל און אויף קאָנצערטן. איך האָב געפֿירט צוויי היפּוכדיקע לעבנס אין צוויי עקן פֿון דער וועלט. ווי זאָל איך אויסגעפֿינען, וווּ איך דאַרף זײַן אין מײַן לעבן? אַ פֿאַרלוירענער טײַערער פֿאַרלוירענער, עס זעט מיר נישט אויס, אַז איר זענט אַ פֿאַרלוירענער. איר האָט אַ סך פֿעיִקייטן, ווי אויך פֿאַרבינדונגען מיט משפּחה און פֿרײַנד אין צוויי פֿאַרשיידענע ערטער. עס האַנדלט זיך דאָ אַרום צוויי ענינים. דער ערשטער ענין איז בנוגע דעם, וווּ איר ווילט זײַן, וווּ שטעלט איר זיך פֿאָר אײַער צוקונפֿט? וווּ זענט איר געווען צום גליקלעכסטן? וווּ פֿילט איר זיך מער אין דער היים? דער צווייטער ענין איז בנוגע אײַער קאַריערע. וועלכע קאַריערע איז מער וואָגיק אין אײַער לעבן? וועלכע קאַריערע ברענגט אײַך סטאַבילקייט, און ווי וויכטיק איז די סטאַבילקייט פֿאַר אײַך? ווען איר וועט זײַן 80 יאָר אַלט און איר וועט צוריקקוקן אויפֿן לעבן, אויף וועלכן דרך וואָלט איר מער חרטה געהאַט, וואָס איר האָט אים נישט אויסגעקליבן? איך האָף, אַז די קשיות וועלן אײַך העלפֿן בײַם אויסקלאָרן אײַער "פֿאַרלוירנקייט". טײַערע חזנטע, אַז איך קויף נישט מײַן מאַן קיין חנוכּה־מתּנה, בין איך אַן עגאָיִסטקע? טײַערע עגאָיִסט, עס ווענדט זיך. צי קויפֿט אײַער מאַן אַ מתּנה פֿאַר אײַך? אויב ניין, איז גוט אַזוי. אויב יאָ, וועל איך ענטפֿערן אויף אײַער פֿראַגע — יאָ.
* * *
|