פּערל פֿון ‫ייִדישער פּאָעזיע
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון חנה מלאָטעק

וולאַדימיר חפֿץ, דער ייִדישער קאָמפּאָזיטאָר, כאָר־דיריגענט און פּיאַניסט, איז געבוירן געוואָרן אין טשאַשניק, וויטעבסקער גובערניע, ווײַסרוסלאַנד, אין 1893. ער האָט גראַדויִרט פֿון דער פּעטערבורגער קאָנסערוואַטאָריע, און דערנאָך האָט ער געשפּילט אויף קאָנצערטן, האָט אַקאָמפּאַנירט דעם באַרימטן זינגער פֿיאָדאָר שאַליאַפּין און אַנדערע, און האָט געשפּילט אין אַ טריאָ מיט ש. באַצעוויץ און גרעגאָרי פּיאַטיגאָרסקי. ער האָט עמיגרירט קיין אַמעריקע אין 2291. ער איז געווען דער אַקאָמפּאַניסט פֿון דער באַקאַנטער זינגערין איזאַ קרעמער און געדינט ווי דער מוזיקאַלישער דירעקטאָר פֿון דעם רודאָלף שילדקרויט־טעאַטער. ער איז אויך געוואָרן דער כאָר־דירעקטאָר פֿון דעם פּועלי־ציון־כאָר און פֿאַרבאַנד, פֿון דעם ייִדישן קולטור־כאָר א״אַנד.

ער איז געשטאָרבן בעת זײַנס אַ קאָנצערט בײַם סאָפֿאָלק־ייִדישן צענטער אין דיר־פּאַרק, לאָנג־אײַלאַנד, דעם 28סטן מאַרץ 1970.

חפֿץ האָט מחבר געווען איבער 80 קאָמפּאָזיציעס און בערך 200 אַראַנזשירונגען און אָרקעסטראַציעס. ער האָט קאָמפּאָנירט די ביבלישע סוויטע פֿאַר דעם ווינסענט לאָפּעז סימפֿאָנישן אָרקעסטער, מוזיק פֿאַר דעם ייִדישן קונסט־טעאַטער און דער "פֿאָלקסבינע". ער האָט געשריבן די מוזיק פֿאַר עטלעכע פֿילמען: פּאָטעמקין, גרינע פֿעלדער, מירעלע אפֿרת, די קליאַטשע, דער לעצטער קאַפּיטל. צווישן זײַנע גרעסערע ווערק זײַנען אַ סימפֿאָניע "די נײַע תּקופֿה", אַן אָפּערע "פּרעה", אַן אָראַטאָריע "דער גולם". ער האָט אויך געשאַפֿן עטלעכע קאַנטאַטעס.

מיר (פֿערן קאַנט און איך) האָבן באַאַרבעט דעם רײַכן חפֿץ־אַרכיוו אין ייִוואָ, וואָס באַשטייט פֿון קאָרעספּאָנדענץ, מאַנוסקריפּטן און דרוקן. עס נעמט אַרײַן קונסט־ און פֿאָלקסלידער, כאָראַלע אַראַנזשירונגען, לידער־קאָמפּילאַציעס ווי אויך ליטורגישע מוזיק.

מיר האָבן געהאַט די זכיה צו קענען וולאַדימיר חפֿץ, צו הערן אים שפּילן און דיריגירן זײַן כאָר, צו זײַן אַ טייל פֿון אַ קליינעם כאָר פֿון די געסט אין קעמפּ־בויבעריק. ער איז געווען אַ ווירטואָז אויף דער פּיאַנאָ, און אַן אינספּירירנדיקער דיריגענט פֿון זײַן כאָר.

מיר דרוקן הײַנט עטלעכע לידער צו וועלכע חפֿץ האָט געשאַפֿן מוזיק, וואָס שפּיגלען אָפּ זײַן וואַריִיִרטן סטיל פֿון לירישקייט און שפּילעוודיקייט.

דאָס ערשטע ליד, צו ווערטער פֿון וואָלף יונין, איז געווען אַ שלאַגער אין די כאָרן, אין שול און אין דער היים.


לאָמיר, לאָמיר, לאָמיר, לאָמיר

מאַכן אַן אייגן ליד,

איינס־צוויי־דרײַ, איינס־צוויי־דרײַ,

איינס־צוויי, איינס־צוויי,

איינס־צוויי־דרײַ,

וועגן, וועגן, וועגן אַ ייִדן,

אַ ייִד אַ שמיד,

אין זײַן שמיד, אין זײַן שמיד,

אין זײַן שמידערײַ.

ריי־ריי־ריי, ריי־ריי־ריי,

אין זײַן שמידער, שמידערײַ.


שמידט דער ייִד, דער ייִד, דער ייִד,

דער ייִד, דער ייִד, דער שמיד

איינס־צוויי־דרײַ, איינס־צוויי־דרײַ,

איינס־צוויי, איינס־צוויי,

איינס־צוויי־דרײַ,

און ער, און ער, און ער, און ער

זינגט זיך צו אַ ליד,

ייִדיש ליד, ייִדיש ליד,

זינגט אַ ייִדיש ליד דערבײַ, רײַ

רײַ, רײַ, רײַ, רײַ, רײַ, רײַ,

זינגט אַ ייִדיש ליד דערבײַ,

רײַ, רײַ, רײַ, רײַ, רײַ, רײַ,

זינגט אַ ייִדיש ליד דערבײַ.


נאָך אַ ליד וואָס דער עולם האָט הנאה געהאַט צו זינגען איז "זון אין מערבֿ" צו די ווערטער פֿון י. ראָלניק. די מעלאָדיע איז געווען דער לייט־מאָטיוו אין פֿילם "גרינע פֿעלדער".


זון אין מערבֿ זעצט זיך גיך,

וואָס דאַרף נאָך אַ מענטש, ווי איך?

לידער, קליינע לידער.

לי־לי־לי, לי־דער.


ניט פֿאַראַנען אויף דער ערד

נאָך אַ פֿרייד, ווי די וואָס ווערט

אויפֿגעדעקט דורך לידער.

לי־לי־לי, לי־דער.


ווער ווייסט מאָרגנדיקן טאָג?

לידער, אַלץ וואָס איך פֿאַרמאָג,

זאָלן בלײַבן לידער.

לי־לי־לי, לי־דער.


חפֿץ האָט אויך געשאַפֿן אייגענע ווערטער צו דער זעלביקער מעלאָדיע, וואָס איז אַרויס אין בויגן־מוזיק אונטערן טיטל "גרין פֿילדס".

חפֿץ האָט געשאַפֿן מוזיק צו אַ סך לידער פֿון ייִדישע פּאָעטן, אַרײַנרעכענענדיק משה נאַדיר, אפֿרים אויערבאַך, וואָלף יונין, אַבֿרהם סוצקעווער, איציק פֿעפֿער, יהואש, ה. לייוויק, קאַדיע מאָלאָדאָווסקי, י. ל. פּרץ, י. באָוושאָווער, ח. נ. ביאַליק און אַ. לוצקי.

פֿאַר קינדער אין די שולן האָט חפֿץ געשריבן די מוזיק צום ליד "ערבֿ־פֿרילינג" פֿון אַבֿרהם רייזען:


דער פֿרילינג איז ניטאָ נאָך,

ער האַלט נאָך ערשט אין גאַנג,

נאָך איידער ער קומט אָן נאָך

דערהערט מען זײַן געזאַנג.


אַ פֿויגל אין דער לופֿטן,

וואָס פֿליט אין גוטער שעה —

הייבט אָן דיר צו דוכטן,

אַז פֿרילינג איז שוין דאָ.


דער פֿרילינג איז ניטאָ נאָך,

ער האַלט נאָך ערשט אין גאַנג,

נאָך איידער ער קומט אָן נאָך

דערהערט מען זײַן געזאַנג.


די קינדער קעגן איבער,

וואָס יאָגן אום פֿאַרשײַט,

אַ צייכן אויך אַ ליבער,

דער פֿרילינג איז ניט ווײַט!


איינע פֿון די וויכטיקע קאַנטאַטעס זײַנע איז די קאַנטאַטע "די לערערין מירע" (אויף ווערטער פֿון אַבֿרהם סוצקעווער), וואָס זלמן מלאָטעקס כאָר האָט פֿאָרגעבראַכט אויף דעם ספּעציעלן חפֿץ־אָוונט אין ייִוואָ מיט יאָרן צוריק. לויט שׂרה לעדערהענדלער, די טאָכטער פֿון דער געוועזענער לערערין בלומע לעדערהענדלער אין ישׂראל, האָט מען טיילן פֿון דער קאַנטאַטע געזונגען אויך אין דער שלום־עליכם־שול. פֿון דער שיינער פּלאַטע "אַ מאָל איז געווען אַ מעשׂה" מיט סידאָר בעלאַרסקי און מאַשאַ בעניאָ, און מיט יאָסל מלאָטעקס נאַראַציע, איז חפֿץ געווען דער אַראַנזשירער פֿון דער מוזיק און אַקאָמפּאַניסט.

צו וולאַדימיר חפֿצעס יאָרצײַט דערמאָנען מיר מיט אָנערקענונג און לויב זײַן געשאַנק צו אונדז און ווירקונג אויף דער ייִדישער קולטור און מוזיק אין אַמעריקע.