טײַערע חזנטע,
מײַן מאַן און איך קומען אויס גוט צווישן זיך, און זעלטן ווען, קריגן מיר זיך. אָבער מיר צעקריגן זיך יאָ מכּוח איין ענין — ציגאַרן. ער האָט ליב צו רייכערן ציגאַרן מיט עטלעכע פֿרײַנד, וועלכע קומען זיך צונויף פֿון צײַט צו צײַט. איך האָב פֿײַנט ציגאַרן. איך האָב פֿײַנט דעם ריח, נאָך מער, האָב איך פֿײַנט דעם פֿאַקט, וואָס צוליב זיי באַקומט מען ראַק. לויט מײַן מיינונג, באַגייט מען אַ מאָראַלישן חטא ווען מע טוט עפּעס באַוווּסטזיניק שלעכטס צום געזונט.
מײַן מאַן טענהט — וואָס איז די טראַגעדיע? ער רייכערט מיט דער גרופּע נאָר איין אָדער צוויי מאָל אַ יאָר, ער אָטעמט נישט אײַן, און פֿאַר וואָס קען ער נישט הנאה האָבן מיט דער חבֿרה, ער זאָל נישט דאַרפֿן זיך זאָרגן וועגן מײַן רעאַקציע? איך האָב אים געזאָגט, אַז איך וועל אים נישט אָפּשטעלן פֿון זײַנע באַגעגענישן, אָבער איך וועל אים אויך נישט געבן קיין קוש דרײַ טעג נאָך דעם. צי בין איך גערעכט? זאָל איך אים אָפּשטעלן אין גאַנצן פֿון גיין אויף די באַגעגענישן, אָדער זאָל איך בעסער מאַכן אַ שווײַג?
געזונטע פֿרוי
טײַערע געזונטע פֿרוי,
איך בין, אין תּוך, מסכּים מיט אײַך, אַז מע טאָר נישט טאָן קיין שלעכטס באַוווּסטזיניק צום געזונט. איך וואָלט אויך זיך געפֿילט אומבאַקוועם מיט דעם. אָבער אַזוי ווי דאָס קומט פֿאָר בלויז איין אָדער צוויי מאָל אַ יאָר, האַלט איך, אַז איר זאָלט לאָזן אײַער מאַן גיין אויף די באַגעגענישן און אים נישט דערגיין די יאָרן דערפֿאַר. אויב ער וואָלט עפּעס געטאָן צוויי מאָל אַ יאָר וואָס וואָלט אים געשטעלט אין סכּנה, ווי אַרויסשפּרינגען פֿון אַן עראָפּלאַן מיט אַ פּאַראַשוט, וואָלט איך מיט אײַך מסכּים געווען. דער ריח און רויך פֿון ציגאַרן זענען זיכער נישט געזונט, אָבער די סכּנה פֿון דעם איז אַ קליינע, אויב מע טוט עס אַזוי זעלטן. טאָ זאָל ער ווײַטער גיין — אָבער דאָס הייסט נישט, אַז איר דאַרפֿט אים געבן אַ קוש ווען ער קומט אַהיים מיטן ריח פֿון ציגאַרן!
טײַערע חזנטע,
איך האָב לעצטנס אָנגעהויבן זיך טרעפֿן מיט אַ מיידל, און איך מיין, אַז איך בין צו גיך געוואָרן פֿאַרכאַפּט פֿון איר. נאָך דעם ווי מיר האָבן פֿאַרבראַכט 5 טעג צוזאַמען אין לאָס־אַנדזשעלעס, האָבן מיר געמאַכט פּלענער צו פֿאַרברענגען צען טעג צוזאַמען אין קאָנעטיקוט נײַיאָר, וווּ זי וווינט. איך פֿיל, אַז ווען מיר זענען צוזאַמען, ווערט זי זייער צוגעבונדן צו מיר. איך האָב טאַקע גוט פֿאַרבראַכט מיט איר ווען זי איז געווען דאָ אין לאָס־אַנדזשעלעס, און כ׳האָב ארויסגעקוקט אויף די פּלענער, ווען מיר האָבן זיי באַשלאָסן. אָבער מיר האָבן גערעדט אויפֿן טעלעפֿאָן יעדן טאָג און איצט האָב איך מורא, אַז זי וועט מיך דערשטיקן מיט איר ליבשאַפֿט.
וואָס וועט זײַן ווען איך קום קיין קאָנעטיקוט, און איך בין נישט גליקלעך? בעסער איך זאָל אַוועקפֿאָרן פֿון דאָרטן, איידער זי זאָל מיינען, אַז איך וויל ווײַטער זײַן מיט איר? זאָל איך בלײַבן מיט איר בשעתן נײַיאָר, אַפֿילו אויב איך פֿאַרברענג נישט גוט? ווי אַזוי קען בלײַבן צופֿרידן, אָבער איר נישט וויי טאָן?
אין אַ פּאַסטקע
טײַערער "אין אַ פּאַסטקע",
עס דאַכט זיך מיר, אַז איר האָט שוין באַשלאָסן, אַז זי דערשטיקט אײַך, איידער ס׳איז פֿאָרגעקומען די דאָזיקע סיטואַציע. קודם־כּל דאַרף מען, על־פּי־יושר, איר געבן אַ געלעגנהייט. איר האָט אַליין געזאָגט, אַז איר האָט גוט פֿאַרבראַכט צוזאַמען, און אַז איר האָט מיט פֿרייד געמאַכט די פּלענער זיך צו זען אין קאָנעטיקוט. דאָס פֿאַרברענגען מיט אַ מענטש איז גאָר אַנדערש ווי דאָס קאָמוניקירן דורכן טעלעפֿאָן אָדער בליצפּאָסט, טאָ לאָמיר זען ווי איר פֿילט זיך, ווען איר זענט צוזאַמען. אויב די גוטע געפֿילן ווערן פֿאַרשוווּנדן ווען איר זענט צוזאַמען, נאָך דעם ווי איר האָט איר געגעבן אַ יושרדיקע געלעגנהייט, דאַרפֿט איר איר אויפֿריכטיק זאָגן וועגן דעם, און זאָל זי באַשליסן, צי זי וויל פֿאַרברענגען דאָס נײַיאָר מיט אײַך ווי אַ פֿרײַנד, אָדער איר זאָלט זיך צעשיידן.
טײַערע חזנטע,
איך ווער אַזוי נערוועז ווען איך פֿלי, בפֿרט ווען דער עראָפּלאַן פֿליט אָפּ. קענט איר עפּעס פֿאָרלייגן?
אנערוועזער פֿליִער
טײַערער נערוועזער פֿליִער,
איר קענט זאָגט די "תּפֿילת-הדרך", ווען דער עראָפּלאַן הייבט זיך אָן צו רירן, און ביז איר לייענט אָפּ די תּפֿילה, וועט איר שוין זײַן אין דער לופֿטן.
* * *
איר האָט שאלות אין "הלכות־ליבע?" שיקט אַ בריוו — אויף ייִדיש אָדער ענגליש — צו חזנטע סלעק: HazzanAri@yahoo.com
אָדער
Cantors Office
10400 Wilshire Blvd
Los Angeles, CA 90024