שאלות און תּשובֿות אין "הלכות ליבע"

טײַערע חזנטע,

איך בין אַן אַקטריסע און אַ רעזשיסאָרין. לעצטנס האָב איך מסכּים געווען צו רעזשיסירן אַ פֿאָרשטעלונג אין מײַן שיל. מיר האָבן כּמעט אַ פּערפֿעקטע טרופּע, אָבער, ווי געוויינטלעך, איז אונדז שווערער צו געפֿינען מענער וועלכע זינגען, ווי פֿרויען. מיר האָבן געבעטן געוויסע אַקטיאָרן צו קומען און שפּילן. אָבער עס פֿעלט אונדז נאָך איין מאַן. גאָר נייטיק דאַרף איך אַ גוטן אַקטיאָר מיט אַ שיין קול. אַזוי ווי אונדזער טעאַטער איז, וואָס מע רופֿט אַ "קהילה־טעאַטער", דאַרף מען געפֿינען עמעצן, וואָס וועט זײַן איבערגעגעבן און אַרײַנלייגן שעהען אַרבעט, אָבער אָן קיין שום לוין.

אַנומלט, האָב איך באַגעגנט דעם מאַן, וואָס איז געווען מײַן אינטימער חבֿר אין גראַדויִר־שול. שוין יאָרן וואָס מיר האָבן זיך נישט געזען. אָבער איך ווייס, אַז ער קען זייער גוט זינגען און איז אַ גוטער אַקטיאָר — פּונקט צוגעפּאַסט פֿאַר דער ראָלע. איך בין שוין אַ חתונה־געהאַטע און מײַנע כּוונות זענען בלויז גוטע. צי פּאַסט עס, אַז איך זאָל דעם מאַן בעטן קומען אויף אַ פּראָבע?

רעזשיסאָרין


טײַערע רעזשיסאָרין,

מיר דאַכט, אַז איר דאַרפֿט רעדן מיט אײַער מאַן וועגן דעם ענין. וואָס וואָלט ער געפֿילט וועגן אײַער פֿאַרברענגען אַזוי פֿיל צײַט מיט אַ געוועזענעם געליבטן? וואָלט ער זיך געפֿילט אומבאַקוועם? אויב איר שפּירט אַן אומבאַקוועמקייט בײַ אים, וואָלט איך נישט פֿאַרבעטן דעם מאַן אויף פּראָבע. אַפֿילו ווען אײַערע כּוונות זענען גוטע, ווייסט איר נישט וועגן דעם מאַנס געפֿילן. אויב אײַער מאַן האַלט, אַז קיין פּראָבלעם איז נישט פֿאַראַן, און דעם בעסטן אַקטיאָר דאַרף מען ניצן, טאָ שטעלט זיך אין קאָנטאַקט מיט אים, געזונטערהייט. אָבער איר קענט בײַ דער געלעגנהייט פֿון דער פּראָבע זען, צי מע פֿילט זיך אומבאַקוועם איינער מיטן אַנדערן. זאָל זײַן מיט מזל!


טײַערע חזנטע,

מײַן בחור פֿירט זיך אויף מיט מיר אויף אַן עקסטרעמען אופֿן, און איך ווייס נישט ווי דאָס צו באַהאַנדלען. אַמאָל הערט ער זיך צו צו מיר און וויל בלײַבן נאָענט צו מיר; ער גיט מיר אָפּ קאָמפּלימענטן, פֿאַרברענגט מיט מיר און איך פֿיל זיך גוט. אַנדערע מאָל בלײַבט ער פֿון דער ווײַטנס. איך הער נישט קיין וואָרט פֿון אים צוויי טעג לאַנג, און ווען מיר רעדן, סוף־כּל־סוף, האָט ער ווייניק וואָס צו זאָגן. ווי זאָל איך פֿאַרשטיין זײַן מאָדנע אויפֿפֿירונג?

אַ געפּלעפֿטע חבֿרטע


טײַערע געפּלעפֿטע חבֿרטע,

איר דאַרפֿט רעדן מיטן חבֿר וועגן דעם. דאָס וואָס איר רופֿט אים נאָך "חבֿר" און נישט סתּם אַ פֿרײַנד וואָס איר באַגעגנט זיך מיט אים, איז אַ סימן, אַז איר ביידע האָט דערגרייכט אַן אינטימע מדרגה. זאָגט אים, אַז איר פֿאַרלירט דעם צוטרוי צו אים, ווען איר הערט נישט פֿון אים. פֿרעגט אים, פֿאַר וואָס דאָס קומט פֿאָר, און אפֿשר וועט זײַן ענטפֿער אײַך צופֿרידנשטעלן. דער אופֿן ווי איר צוויי וועט קומען צו אַ שלוס וואָס שייך דעם ענין, וועט באַשטימען ווי שטאַרק ס׳זענען אַײַערע באַציִונגען.


טײַערע חזנטע,

מײַן נאָענטסטע חבֿרטע האָט מיך תּמיד דערנידעריקט. זי איז נישט קיין מבֿין אויף זיך אַליין, און פֿאַרשטייט נישט, וואָס זי טוט; אָבער, זי טוט עס כּסדר. זי באַמערקט, למשל, אַז די קליידער וואָס איך טראָג זעען נישט גוט אויס אויף מיר, אָדער, אַז מײַנע פּלענער אויף סוף־וואָך זענען נישט אַזוי גוט ווי אירע פּלענער. זי מוז תּמיד זײַן בעסער פֿון מיר. נעכטן האָב איך זיך געפֿרייט, וואָס מע האָט מיך אויסגעקליבן צו זײַן אַ וועגווײַזערין פֿון אונדזער שול — אַ וואָלונטיר־אַרבעט — האָט זי געענטפֿערט, אַז אומזיסט וואָלט זי קיין מאָל נישט געאַרבעט, און דעם זומער וועט זי באַקומען אַרבעט וואָס ווערט באַצאָלט. ווי קען איך רעדן מיט איר, איך זאָל נישט פֿאַרלירן אַ פֿרײַנד?

גוטע־פֿרײַנד


טײַערע גוטע־פֿרײַנד,

מיר זעט אויס, אַז אײַער חבֿרטע איז בכלל נישט קיין "נאָענטסטע חבֿרטע". מסתּמא זענען פֿאַראַן גוטע אַספּעקטן אין אײַער פֿרײַנדשאַפֿט און איר דאַרפֿט דאָס באַטאָנען, ווען איר רעדט מיט איר. ווי איר שרײַבט, קען זײַן, אַז זי ווייסט נישט וואָס זי טוט. צוריקגעשמועסט, איז שוין געקומען די צײַט צו פֿאַרברייטערן אײַער קרײַז חבֿרים. פֿאַרברענגט נישט אַזוי פֿיל צײַט מיט איינער וואָס איז צו מקנה צו זײַן אַן אמתער פֿרײַנד.


* * *
איר האָט שאלות אין "הלכות־ליבע?" שיקט אַ בריוו — אויף ייִדיש אָדער ענגליש — צו חזנטע סלעק: HazzanAri@yahoo.com
אָדער
Cantors Office
10400 Wilshire Blvd
Los Angeles, CA 90024