יצחק באַשעוויס־זינגער (אין מיטן) צווישן די אַקטיאָרן פֿונעם "פּאַרקוויי־טעאַטער" 1950ער יאָרן |
Forward Association |
מיידלעך פֿאַרשטעלט ווי ישיבֿה־בחורים, שלומיאלן און שדים
בעת זײַן לעבן (1904—1991) האָט יצחק באַשעוויס־זינגער געקראָגן אַ סך לויב פֿאַר זײַנע דערציילונגען און ראָמאַנען, וואָס זענען געדרוקט געוואָרן אויף ייִדיש (בדרך־כּלל אין "פֿאָרווערטס") און אין דער איבערזעצונג אויף ענגליש. די אַמעריקאַנער ליטעראַרישע קריטיקער האָבן אים אַרײַנגענומען אין קאָן פֿון דער אַלגעמיינער בעלעטריסטיק, נאָך דעם ווי אַ צאָל פֿון זײַנע איבערגעזעצטע דערציילונגען האָבן זיך באַוויזן אין די ענגליש־שפּראַכיקע זשורנאַלן ווי "פּאַרטיזאַן רעוויו" (Partisan Review), "די ניו־יאָרקער" (The New Yorker) און "פּלייבוי" (Playboy).
זינגערס דראַמעס זענען אָבער ווייניקער באַקאַנט. הגם ער האָט געוווּנען דעם נאָבעל־פּריז פֿאַר ליטעראַטור אין 1978, זענען ס׳רובֿ פֿון באַשעוויס־זינגערס פּיעסעס מער נישט אין דרוק, אָדער מע האָט זיי בכלל קיין מאָל נישט פּובליקירט. אַז מע רעדט וועגן דער געשיכטע פֿון טעאַטער, ווערט זײַן נאָמען זעלטן דערמאָנט. איך האָב געהאַט די געלעגנהייט צו לייענען אַלע זײַנע פּיעסעס אינעם "האַרי ראַנסאָם צענטער" אין טעקסאַס, וווּ עס געפֿינען זיך זײַנע אָריגינעלע כּתבֿ־ידן. אַ טייל פֿון זיי האָב איך נישט געפֿונען אין אַן אַנדער אָרט.
באַשעוויס־זינגער איז געוואָרן אַ ייִדישער דראַמאַטורג אין די שפּעטערע יאָרן. ווען זײַן פּיעסע "דער שפּיגל" איז אויפֿגעפֿירט געוואָרן אין 1973, האָט דער "ניו־יאָרק טײַמס"־רעצענזענט מעל גוסאָוו באַמערקט: "בײַ זײַנע 68 יאָר איז זינגער געוואָרן אַן אָנגעזעענער טייל פֿון דער יונגער גוואַרדיע דראַמאַטורגן." באַשעוויס־זינגער האָט זיך אַליין געוויצלט, אַז בײַ 68 יאָר איז ער געווען גאַנץ יונג פֿאַר אַ ייִדישן דראַמאַטורג. דאָס זעלבע האָט איינער פֿון זײַנע העלדן באַמערקט אין דער נישט־פּובליקירטער פּיעסע "אַלטע ליבע". נאָך דעם ווי סאָניע, די פּאָעטעסע, אין "אַלטע ליבע" דערמאָנט די ייִדיש־רעדנדיקע "יונגע טאַלאַנטן" אין ניו־יאָרק, ענטפֿערט איר חבֿר סעם פּאַלקאַ: "וואָס פֿאַר אַ יונגע טאַלאַנטן? אונדזערע שרײַבער זענען אַלע אין די זיבעציקער, און די לייענער זענען נאָך עלטער."
ווען באַשעוויס־זינגער האָט געשריבן "דער שפּיגל" און "אַלטע ליבע", איז די וועלט פֿון ייִדישן טעאַטער שוין טאַקע געווען פֿאַרעלטערט. די דראַמאַטורגן וואָס האָבן נאָך געלעבט, זענען געווען בלויז געציילטע, אין פֿאַרגלײַך מיט דער גרויסער צאָל דראַמאַטורגן פֿון די פֿריִערדיקע צײַטן. אין די 1970ער יאָרן איז ער געווען איינער פֿון דער קאַטעגאָריע אָפּשטאַרבנדיקע אַמעריקאַנער דראַמאַטורגן, וועלכע שרײַבן נאָך אַלץ אויף ייִדיש.
דער עולם איז אויך שיטערער געוואָרן. די אַסימילירטע קינדער פֿון די מיזרח־אייראָפּעיִשע אימיגראַנטן האָבן זיך נישט אויסגעלערנט די שפּראַך פֿון טאַטע־מאַמע. הגם באַשעוויס־זינגער האָט אָנגעשריבן זײַנע דראַמעס אויף ייִדיש, זענען עטלעכע פֿון זײַנע געראָטנסטע פּיעסעס געשטעלט געוואָרן אויף דער ענגלישער בינע.
אָבער אַפֿילו אויף ענגליש פֿאַרהיטן זײַנע פּיעסעס דאָס געפֿיל פֿון ייִדיש, צוליב דעם וואָס זיי קומען פֿאָר אין פֿראַמפּאָל, לובלין און כעלעם. אַזוי ווי זײַנע דערציילונגען, שילדערן די פּיעסעס דאָס ייִדישע לעבן פֿון די ייִדיש־רעדנדיקע ייִדן, וועלכע האָבן געוווינט אין פּוילן אָדער אַנטלאָפֿן קיין אַמעריקע, אָבער האָבן נישט פֿאַרגעסן זייערע פּײַנלעכע איבערלעבונגען בעת דער מלחמה.
"יענטל דער ישיבֿה־בחור", "אַלטע ליבע", "דער שפּיגל", "טײַבעלע און הורמיזאַ" און "שלומיאל דער ערשטער" באַטרעפֿן אַ לעבעדיקן רעפּערטואַר, וואָס איז ווערט מער אָנערקענונג אינעם ייִדישן און אַמעריקאַנער טעאַטער. די פּיעסעס, וואָס ווירבלען מיט מיזרח־אייראָפּעיִשע נאַראָנים, שדים, פֿאַנאַטיקער און פֿאַרפֿירער מיט תּנכישע נעמען, באַקענען דעם עולם מיט אַ פֿאַרלוירענעם פֿאָלקלאָר. דער איינציקער אויסנאַם: די ניו־יאָרקער קינסטלער און אויסגעלאַסענע געשעפֿטסלײַט אין "אַלטע ליבע".
באַשעוויס־זינגערס בעסטע פּיעסעס פּרעזענטירן אומגליקלעכע טיפּן: יענטל — אַ מיידל וואָס פֿאַרשטעלט זיך פֿאַר אַ ישיבֿה־בחור; שלומיאל — דער תּם וואָס האַלט, אַז זײַן פֿרוי אין כעלעם איז נישט זײַן אמתע פֿרוי, און צירל, אַ פֿרוי וואָס וויל גיכער זיך באַהעפֿטיקן מיט אַ שד אין סדום ווי מיט איר מאַן, וואָס האָט זי נישט ליב.
ווי עס זעט אויס, שטאַמען אַ טייל פֿון זײַנע בינע־העלדן פֿון אַנדערע ייִדישע דראַמעס, אָבער די ליטעראַרישע קריטיקער פֿאַרבינדן, געוויינטלעך, נישט באַשעוויס־זינגער מיט דער ייִדישער טעאַטער־טראַדיציע. זײַנע פּיעסעס זענען אָבער נישט סתּם דיאַלאָגן אַרויסגעצויגן פֿון דערציילונגען. זייערע קאָמפּליצירטע סצענעס פֿאָדערן גוטע אַקטיאָרן, ווי אויך די לײַדנשאַפֿט און טעאַטער־קונצן וואָס זענען אַזוי באַקאַנט אינעם ייִדישן טעאַטער, כּדי מצליח צו זײַן.
באַשעוויס־זינגער האָט שטילערהייט אָנגעהויבן שרײַבן פֿאַרן ייִדישן טעאַטער בײַם סוף 1930ער יאָרן. אין 1935 האָט ער פֿאַרלאָזט פּוילן און געקומען צו זײַן ברודער, דעם שרײַבער י. י. זינגער אין ניו־יאָרק, וווּ אַ באַאַרבעטונג פֿונעם ראָמאַן, "יאָשע קאַלב", געשפּילט פֿון מאָריס שוואַרץ בײַם "ייִדישן קונסט־טעאַטער", האָט אַרויסגערופֿן אַ סך לויב. (אויפֿן וועג קיין ניו־יאָרק האָט באַשעוויס אויך געזען אַן אויפֿפֿירונג פֿון זײַן ברודערס פּיעסע אין פּאַריז.)
ס׳איז מעגלעך, אַז באַשעוויס־זינגערס ליבשאַפֿט צו זײַן עלטערן ברודער, וועלכער איז געשטאָרבן פּלוצלינג אין 1944, האָט אים שפּעטער אינספּירירט צו גיין אין זײַנע וועגן. אין 1938 האָט ער רעזשיסירט די רעפּעטיציעס פֿון אַן ענגלישער פּראָדוקציע פֿון י. ל. פּרצס קלאַסישער ייִדישער פּיעסע, "בײַ נאַכט אויפֿן אַלטן מאַרק", דורכגעפֿירט פֿון אַ קינסטלער־קאָלאָניע אין די קעטסקיל־בערג.
אין 1945 האָט מען טראַנסמיטירט זײַן ראָמאַן, "די משפּחה מושקאַט", אין המשכים אויף דער ייִדישער ראַדיאָ־סטאַנציע WEVD. זײַן אַקטיווע באַטייליקונג אין די ראַדיאָ־טראַנסמיסיעס פֿון זײַנע דערציילונגען האָט אפֿשר געדינט ווי אַ גענעראַל־פּראָבע פֿאַר זײַנע שפּעטערדיקע בינע־ווערק. אין 1956 האָט דער ניו־יאָרקער ייִדישער טעאַטער "פֿאָלקסבינע" אויפֿגעפֿירט אַ נוסח פֿון זײַנע זכרונות, "אין מײַן טאַטנס בית־דין שטוב", און אין 1959 האָט מען אויפֿגעפֿירט זײַן פּיעסע "אַ שפּיל פֿאַרן טײַוול" בײַם "איזידאָר סטראַוס טעאַטער", מיט די פּראָמינענטע ייִדישע אַקטיאָרן ציליע אַדלער, מאַקס באָזשיק און דוד ראָגאָוו. ("אַ שפּיל פֿאַרן טײַוול", וואָס די "פֿאָלקסבינע" האָט ווידער פּראָדוצירט אין 1984, איז געווען אַ באַאַרבעטונג פֿון באַשעוויס־זינגערס דערציילונג, The Unseen.)
הגם עס פֿיגורירן שדים אין "אַ שפּיל פֿאַרן טײַוול", "דער שפּיגל" און עטלעכע אַנדערע פּיעסעס, רופֿט באַשעוויס־זינגער אויך אַרויס אַ חשד וועגן זייער עקזיסטענץ. אין "דער שפּיגל", רעדט דער קעניג פֿון סדום מסתּמא אין נאָמען פֿונעם דראַמאַטורג, ווען ער באַמערקט, אַז זײַנע שדים לײַדן פֿון די מאָדערנע צײַטן: "הײַנט איז די וועלט געבילדעט. קיינער גלייבט אַפֿילו נישט, אַז מיר עקזיסטירן."
דעם ביטול צו די איבערנאַטירלעכע באַשעפֿענישן זעט מען אויך אין באַשעוויס־זינגערס ספֿק צו דער עקזיסטענץ פֿונעם אייבערשטן גופֿא. אין "דער שפּיגל" דערקלערט דער מיסטיקער זקן ממרי צירלען פֿאַר וואָס מע האָט שוין לאַנג נישט געזען גאָט: "ער האָט זיך געלייגט שלאָפֿן שבת נאָך בראשית, און איז קיין מאָל מער נישט אויפֿגעשטאַנען."
די השׂכּלה וואָס האָט אַרויסגעבראַכט די ייִדן פֿון זייערע מיזרח־אייראָפּעיִשע שטעטלעך און געבראַכט אין אַ גרעסערער, מער געבילדעטער וועלט, האָט אָבער נישט פֿאַרטריבן די שדים און דיבוקים פֿון באַשעוויס־זינגערס טעאַטראַלישע ווערק. פֿון דעסטוועגן, האָבן די אַלטע אײַנגלייבענישן זיך צוגעפּאַסט צו די נײַע צײַטן. אין "דער שפּיגל", "טײַבעלע און הורמיזאַ" און "יענטל", ווערט באַשעוויס־זינגערס מאָדערנער סקעפּטיציזם אויסגעדריקט דורך זײַנע פּאַראָדיעס פֿון ייִדישע טראַדיציעס, און זײַן פֿאַרוואַנדלען הייליקע מאָמענטן אין גשמיותדיקע זאַכן. בײַ דער לוויה פֿון יענטלס טאַטן, למשל, הייבט זי אָן צו זאָגן קדיש — אַ זאַך וואָס בלויז מענער האָבן געמעגט טאָן. איר באַמיִונג אַוועקצונעמען דעם מינהג פֿונעם מענערישן קאָנטראָל באַטרעפֿט אַ סקאַנדאַל אין דעם פּוילישן שטעטל פֿונעם 19טן יאָרהונדערט. דורך איר אַקציע ווערט דער קדיש אַ מין מרידה. די גאַנצע פּיעסע, וווּ אַ מיידל טוט זיך אָן ווי אַ ישיבֿה־בחור און פֿירט דורך מענערישע מיצוות, זעט טאַקע אויס ווי אַן אויפֿשטאַנד קעגן דעם טראַדיציאָנעלן ייִדישן פּאַטריאַרכאַלן לעבנס־שטייגער.
יענטל באַמיט זיך אויסצוברייטערן די וועלט פֿון רעליגיעזן ייִדישן לעבן, כּדי די פֿרויען זאָלן קענען שפּילן אַ גרעסערע ראָלע אין אים. אירע שריט זענען נישט אַנטי־רעליגיעז, נאָר אַ מיטל זיך אַליין צו פֿאַרבעסערן. ווען יענטל לייענט פֿון דער תּורה, איז עס כּמעט אַן עראָטישער אַקט; עס באַפֿרידיקט איר שטאַרקן חשק צו לערנען תּורה. אין די אויגן פֿון אַ פֿרומען ייִד איז אַזאַ אויפֿפֿיר אָבער אַ זינד — און אַזאַ קוקווינקל ווערט אויך אויסגעדריקט אין דער פּיעסע.
פֿרויען בונטעווען זיך קעגן דער ייִדישער רעליגיע אויך אין באַשעוויס־זינגערס אַנדערע פּיעסעס. טײַבעלעס און צירלס באַגער זיך צו דרייען אַ ליבע מיט שדים איז אַ רעאַקציע אויפֿן רעליגיעזן און קולטורעלן סטאַטוס־קוואָ, וואָס טרײַבט זיי אַרײַן אין עלנטקייט נאָך דער חתונה. באַשעוויס־זינגער איז נישט קיין פֿעמיניסט, ווען ער באַשרײַבט די עפּיזאָדן; אָבער זײַן טעאַטראַלישע שילדערונג פֿון די פֿרויען, וואָס שטעלן זיך אַנטקעגן זייערע פֿרומע מענער, באַטרעפֿט אַ בפֿירושע קריטיק פֿון די מענער און זייער וועלט.
אַחוץ פּורים, ווען די ייִדן האָבן אויפֿגעפֿירט פּורים־שפּילן, האָבן ס׳רובֿ ייִדן אין פּוילן אינעם 19טן יאָרהונדערט געהאַלטן דעם טעאַטער, ווי אַ חילול־השם. באַשעוויס־זינגער האָט אַמאָל געזאָגט, אַז זײַנע טאַטע־מאַמע האָבן באַטראַכט דעם קינאָ און טעאַטער ווי "די אַרבעט פֿונעם שׂטן". אַ טייל פֿון זײַנע פּיעסעס האָבן באַשטעטיקט זייער מורא, בפֿרט ווען ער האָט געשילדערט רעפּרעזענטאַנטן פֿונעם שׂטן און סדום אויף דער בינע. דורך זײַן שרײַבן פֿאַרן טעאַטער, האָט ער זיך אַנטקעגנגעשטעלט דעם דור פֿון זײַנע עלטערן, אָדער צום ווייניקסטן — זייער אמונה. פֿון דעסטוועגן, האָט ער זיך נישט אין גאַנצן אָפּגעזונדערט פֿונעם טראַדיציאָנעלן ייִדישן לעבנס־שטייגער. זײַנע פּיעסעס זענען פֿול מיט רבנים וואָס טרײַבן אַרויס דיבוקים, און סצענעס וועגן מיקוות, אַלטע תּפֿילות, ייִדישע לוויות און חתונות.
באַשעוויס־זינגער דער דראַמאַטורג
די כּתבֿ־ידן פֿון זײַנע ייִנגערע יאָרן ווײַזן אָן, אַז יעדע פּיעסע, אַחוץ "אַלטע ליבע", האָט ער געשריבן אויף ייִדיש, אָבער אַ צאָל פֿון זיי זענען צום ערשטן מאָל אויפֿגעפֿירט געוואָרן אויף ענגליש. בעת די 1960ער און 1970ער יאָרן, ווען דער עולם בײַם ייִדישן טעאַטער אויף "סעקאָנד עוועניו" איז געוואָרן אַלץ שיטערער, און אַ סך פֿון די גרעסטע ייִדישע אַקטיאָרן זענען שוין געווען אויף יענער וועלט, האָט באַשעוויס־זינגער זיך צוגעפּאַסט צום נײַעם מצבֿ דורך ווערן אַ שרײַבער פֿון "ייִדישע פּיעסעס אויף ענגליש" (הגם דאָס קלינגט אפֿשר ווי אַ סתּירה). אַ גאַנצע ריי איבערזעצער, דראַמאַטורגן, מיטשרײַבער און רעזשיסאָרן האָבן אים צוגעהאָלפֿן מיט דער אַרבעט.
"דער שפּיגל", איבערגעזעצט אויף ענגליש פֿון רות שאַכנער־פֿינקל, האָט געהאַט איר וועלט־פּרעמיערע אויף ענגליש בײַם "יעיל רעפּערטואַר־טעאַטער" אין 1973, און מיט אַ יאָר שפּעטער האָט דער זעלבער טעאַטער אויפֿגעפֿירט "שלומיאל דער ערשטער" אויף ענגליש. (אין 1994 האָט דער באַאַרבעטער ראָבערט ברושטיין פֿאַרוואַנדלט די פּיעסע אין אַן אָנגעזעענעם מיוזיקל, מיטן טעקסט פֿון אַרנאָלד ווײַנשטיין, און מוזיק פֿון האַנקוס נעצקי.)
באַשעוויס־זינגער האָט געשריבן אַ טייל פֿון "טײַבעלע און הורמיזאַ" אויף ייִדיש, אָבער אַן ענגלישער נוסח, וואָס ער האָט געמאַכט אין איינעם מיט איוו פֿרידמאַן, איז געשפּילט געוואָרן בײַם "גאַטרי־טעאַטער" אין 1978. "יענטל", וואָס ער האָט אָנגעהויבן אויף ייִדיש, האָט ער דערנאָך פֿאַרענדיקט אויף ענגליש מיט לאה נאַפּאָלין און איז אויפֿגעפֿירט געוואָרן אויף ענגליש אינעם "טשעלסי־טעאַטער" אין 1974.
28 יאָר שפּעטער, נאָך דעם ווי באַשעוויס־זינגער האָט געוווּנען די נאָבעל־פּרעמיע און איז באַצייכנט געוואָרן ווי אַ גרויסער ייִדישער שרײַבער, האָבן יעקבֿ ווײַצנער און מינאַ בערן איבערגעזעצט "יענטל" פֿון ענגליש צוריק אויף ייִדיש, און אין 2002 האָט מען אין דער "פֿאָלקסבינע", צום ערשטן מאָל, געוויזן די פּיעסע אויף מאַמע־לשון. (סײַ דעם ענגלישן נוסח, סײַ דעם ייִדישן, האָט רעזשיסירט ראָבערט קאַלפֿין.)
אין 1966 האָט באַשעוויס־זינגער באַמערקט אין דער "ניו־יאָרק טײַמס", אַז דער ייִדישער טעאַטער "איז מגילגול געוואָרן אין אַ נײַעם לינגוויסטישן מעדיום" — אָבער דאָ באַקומט זיך אַ בפֿירושער פּאַראַדאָקס, ווײַל "יענטל" איז לכתּחילה געשאַפֿן געוואָרן אויף ייִדיש, איז אויפֿגעפֿירט געוואָרן אויף ענגליש, און דערנאָך ווידער מגילגול געוואָרן אויף ייִדיש.
אַ טייל פֿון באַשעוויס־זינגערס עפֿנטלעכע קאָמענטאַרן גיבן אָנצוהערן, אַז ער האָט געוואָלט אויפֿהאַלטן דעם ייִדישן טעאַטער, וואָס איז אינעם 20סטן יאָרהונדערט געווען אין סכּנה פֿון אונטערגאַנג, און געוואָלט שפּילן אַ ראָלע אין דער געשיכטע פֿונעם אַמעריקאַנער ייִדישן טעאַטער. אין 1985 האָט ער געשריבן, אַז "הגם דער ייִדישער טעאַטער לעבט נאָך אין אַמעריקע און אין ישׂראל, און הגם איך שעם זיך נישט צו פֿאַרנעמען זיך מיט דעם, וואָלט איך זיך נישט דערוועגט צו זאָגן, אַז עס לעבט ווידער אויף, אָדער, אַז ס׳וועט אויפֿגעלעבט ווערן אין דער נאָענטער צוקונפֿט... איך בין זיכער, אַז דער ייִדישער טעאַטער איז קיין מאָל נישט געשטאָרבן. ס׳איז אַרײַן ווי אַ דיבוק אין אַ סך בראָדוויי־פּיעסעס און מיוזיקלס..." כאָטש ער זאָגט עס נישט, איז אַ דיבוק פֿון ייִדישן טעאַטער אויך אַרײַן אין זײַנע אייגענע פּיעסעס, צום טייל, ווײַל ער האָט זיי געשריבן אויף ייִדיש, אַפֿילו ווען מע האָט זיי אויפֿגעפֿירט אויף ענגליש.
ביזן הײַנטיקן טאָג ווערט באַשעוויס־זינגער אָנערקענט פֿאַר זײַנע דערציילונגען, נישט זײַנע פּיעסעס; אָבער זײַנע ווערק פֿאַר דער בינע האָבן אַ וויכטיקע, כאָטש אַ פֿאַרשפּעטיקטע אַנטוויקלונג אין דער געשיכטע פֿונעם אַמעריקאַנער ייִדישן טעאַטער. די דאָזיקע געשיכטע האָט מען נאָך נישט אָנגעשריבן. זינט זײַן פּטירה אין 1991 האָבן רעזשיסאָרן און אַקטיאָרן ווײַטער פֿאַרוואַנדלט זײַנע דערציילונגען, אויף ייִדיש און אויף ענגליש, אין טעאַטראַלע ווערק. אין 2003 האָט לאָרעטאַ גרעקאָ רעזשיסירט עמילי מאַנס באַאַרבעטונג פֿון באַשעוויס־זינגערס ראָמאַן "משוגע". מיט אַ יאָר פֿריִער האָט די אַקטריסע און רעזשיסאָרין עלענאָר ריסאַ אויפֿגעטראָטן ווי יענטל בײַ דער "פֿאָלקסבינע", אינעם נײַעם ייִדישן נוסח, באַזירט אויף באַשעוויס־זינגערס ענגלישן טעקסט. ריסאַ האָט מיר געזאָגט, אַז "ווען מע שפּילט יענטל אויף ייִדיש, איז עס גלײַך ווי מע פֿירט אויף שייקספּיר אויף ענגליש".
דער רומענישער רעזשיסאָר משה יאַסור האָט אויפֿגעפֿירט אַ נײַעם ייִדישן מיוזיקל אויפֿן סמך פֿון באַשעוויס־זינגערס דערציילונג "די כעלעמער חכמים און זייער געשיכטע אין בוקאַרעשט". ער האָט אויך באַאַרבעט "גימפּל תּם", אַ דערציילונג פֿון באַשעוויס־זינגערס ייִנגערע יאָרן, אין אַ פּיעסע אויף ייִדיש מיט נײַער מוזיק, וואָס מע האָט אויפֿגעפֿירט אין בוקאַרעשט, און דערנאָך אין דער "פֿאָלקסבינע" אין ניו־יאָרק, אין 2008. אַזוי לאַנג ווי מע וועט באַאַרבעטן זײַנע ווערק אין זײַן אייגענער שפּראַך, וועט ווײַטער וואַקסן דער שם פֿון יצחק באַשעוויס־זינגער ווי אַ וויכטיקער ייִדישער אַמעריקאַנער דראַמאַטורג.
* דזשאָעל שעכטער איז פּראָפֿעסאָר
פֿון טעאַטער
אין "סאַן פֿראַנציסקאָ
שטאַט־אוניווערסיטעט"