יצחק באַשעוויס־זינגער (אין מיטן) צווישן די אַקטיאָרן פֿונעם "פּאַרקוויי־טעאַטער" 1950ער יאָרן

מיידלעך פֿאַרשטעלט ווי ישיבֿה־בחורים, שלומיאלן און שדים

בעת זײַן לעבן (1904—1991) האָט יצחק באַשעוויס־זינגער געקראָגן אַ סך לויב פֿאַר זײַנע דערציילונגען און ראָמאַנען, וואָס זענען געדרוקט געוואָרן אויף ייִדיש (בדרך־כּלל אין "פֿאָרווערטס") און אין דער איבערזעצונג אויף ענגליש. די אַמעריקאַנער ליטעראַרישע קריטיקער האָבן אים אַרײַנגענומען אין קאָן פֿון דער אַלגעמיינער בעלעטריסטיק, נאָך דעם ווי אַ צאָל פֿון זײַנע איבערגעזעצטע דערציילונגען האָבן זיך באַוויזן אין די ענגליש־שפּראַכיקע זשורנאַלן ווי "פּאַרטיזאַן רעוויו" (Partisan Review), "די ניו־יאָרקער" (The New Yorker) און "פּלייבוי" (Playboy).