מיט אַ חודש פֿריִער פֿון דעם קאָנצערט-בענעפֿיט איז אַרויס אַ בוך, וואָס באַשרײַבט די געשיכטע פֿון ייִדישן טעאַטער אין אַמעריקע: Stardust Lost: The Triumph, Tragedy and Meshugas of the Yiddish Theater in America (דער פֿאַרלוירענער שטערן-שטויב: דער טריִומף, טראַגעדיע און משוגעת פֿון ייִדישן טעאַטער אין אַמעריקע). סטעפֿאַן קאַנפֿער, וואָס האָט אָנגעשריבן דאָס בוך, איז אַ דערפֿאַרענער ניו-יאָרקער פּען-מענטש. ער ווײַזט, אַז דער "שטערן-שטויב" פֿון דער צווייטער עוועניו און די אַנדערע ייִדישע טעאַטראַלע גאַסן, איז ניט אין גאַנצן פֿאַרלוירן געוואָרן.
די דערפֿאַרונג, אָנגעזאַמלט דורך די ייִדישע אַקטיאָרן און רעזשיסאָרן, לעבט אויך אין דעם אַמעריקאַנער טעאַטער און קינאָ. ס׳איז סימבאָליש, אַז סטעלאַ אַדלער, די טאָכטער פֿון דעם גרויסן ייִדישן אַקטיאָר יעקבֿ אַדלער, האָט אויסגעשולט אין איר סטודיע אַזעלכע אַמעריקאַנער שטערן, ווי ראָבערט דע ניראָ און מאַרלען בראַנדאָ.
באָסטאָן פֿאַרלירט ווייניקער ייִדן
אַ נײַע פֿאָרשונג האָט געוויזן אַן אינטערעסאַנט בילד פֿון געמישטע משפּחות אין באָסטאָן און אַרום דער שטאָט. ס׳רובֿ קינדער — בערך 60 פּראָצענט — וואָס האָבן נאָר אַ ייִדישע מאַמע צי אַ ייִדישן טאַטע, וואַקסן אויס פֿונדעסטוועגן ווי ייִדן. ווי אַ פּועל-יוצא פֿון דעם פֿענאָמען, שטײַגט די ייִדישע באַפֿעלקערונג אין דער באָסטאָנער געגנט. מע שאַצט אָפּ, אַז אין משך פֿון דעם פֿאַרגאַנגענעם יאָרצענדליק איז דאָרט די צאָל משפּחות, וואָס האָט אַ ייִדישן מיטגליד, אויסגעוואַקסן ביז 50,000.
בסך-הכּל וווינען אין דער באָסטאָנער געגנט 250 טויזנט ייִדן. אמת, מע האַלט, אַז אפֿשר 19 טויזנט נפֿשות זײַנען ניט אַרײַן אין דעם חשבון. די רייד קען גיין, למשל, וועגן סטודענטן, וואָס זייערע נעמען באַווײַזן זיך ניט אין קיין טעלעפֿאָן-ביכער. אַזוי צי אַזוי, אָבער בלויז פֿיר אַנדערע אַמעריקאַנער געגנטן האָבן אַ גרעסערע ייִדישע באַפֿעלקערונג: ניו-יאָרק, לאָס-אַנדזשעלעס, שיקאַגאָ און דרום-פֿלאָרידע. דער חלק פֿון ייִדן אין דער באָסטאָנער אַלגעמיינער באַפֿעלקערונג איז 7.2 (זיבן און צוויי צענטל) פּראָצענט.
די צאָל קינדער פֿון געמישטע משפּחות, וואָס וואַקסן אויס ווי ייִדן, איז קלענער אין אַנדערע אַמעריקאַנער געגנטן. די פֿאָרשונג, דורכגעפֿירט אין 2000 און 2001, האָט געוויזן, אַז בדרך-כּלל נעמען אָן אַ ייִדישע אידענטיטעט נאָר אַ דריטל פֿון אַזעלכע קינדער. די באָסטאָנער פֿאָרשונג האָט געוויזן, אַז אַ ייִדישע אידענטיטעט איז מער פֿאַרשפּרייט בײַ די קינדער, וועלכע האָבן אַ ייִדישע מאַמע.
וואָס איז גורם, אַז באָסטאָן זאָל זײַן אַנדערש פֿון אַנדערע ערטער? די הויפּט-ראָלע שפּילן די ספּעציעלע פּראָגראַמען, וואָס ציִען צו צו ייִדישער בילדונג און, בכלל צו ייִדישע אַקטיוויטעטן, אויך קינדער פֿון געמישטע משפּחות. פֿאַראַיאָרן האָט מען אין דעם אינוועסטירט איבער דרײַ הונדערט טויזנט דאָלאַר. שוין אָפּגעשמועסט פֿון דעם, וואָס אין באָסטאָן איז נידעריקער די צאָל ייִדן, וועלכע געהערן ניט צו קיין ייִדישער אָרגאַניזאַציע — 40 פּראָצענט אַקעגן 48% אין ניו-יאָרק און 44% אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן בכלל.
ייִדישע דעמאָקראַטן אין איצטיקן קאָנגרעס
ס׳איז באַקאַנט די סטאַטיסטיק פֿון ייִדישע פּאַרלאַמענטאַרע פֿאָרשטייער אין 36 לענדער. הײַיאָר איז די צאָל אַזעלכע פֿאָרשטייער אויסגעוואַקסן אויף 20 און האָט דערגרייכט 246. למשל, סײַ אין פֿראַנקרײַך, סײַ אין אוקראַיִנע, האָבן די פּאַרלאַמענטן צו 18 ייִדישע דעפּוטאַטן. צו צען ייִדישע דעפּוטאַטן זײַנען פֿאָרגעשטעלט אין די פּאַרלאַמענטן פֿון קאַנאַדע און אונגאַרן.