שאלות און תּשובֿות אין "הלכות ליבע"
פֿון חנה סלעק (לאָס־אַנדזשעלעס)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

טײַערע חזנטע,

מײַן טאַטע טרעפֿט זיך מיט אַ פֿרוי וועלכע איז נאָר אויף 3 יאָר עלטער פֿון מיר. וואָס זאָל איך טאָן? איך האַלט, אַז ס׳איז אַ חוזק! ער און מײַן מאַמע האָבן זיך געגט מיט אַ סך יאָרן צוריק. ער מיינט, אַז ער האָט זיך פֿאַרליבט אין דער פֿרוי. מיר ווערט נישט גוט, ווען איך טראַכט, אַז עמעצן אין מײַן עלטער קאָן געפֿעלן ווערן מײַן פֿאָטער ווי אַ מאַנספּאַרשוין, און, פֿאַרקערט, אַז מײַן פֿאָטער ציט צו אַ פֿרוי פֿון מײַן עלטער.

די געבוירן־טאָג־שׂימחה פֿון מײַן איין־יאָריק זונדל וועט באַלד פֿאָרקומען, און מײַן טאַטע וויל מיטברענגען דאָס מיידל צו דער שׂימחה. איך האַלט, אַז עס פּאַסט נישט, זי זאָל דאָרטן זײַן. זיי זעען זיך בלויז צוויי חדשים, און איך וועל זיך פֿילן אומבאַקוועם. ס׳איז דאָך מײַן הויז און מײַן שׂימחה. איך האַלט, אַז ער דאַרף קומען אַליין; פֿאַרבעטונג פֿאַר איינעם; אַניט, זאָל ער נישט קומען בכלל. ווי האַלט איר?

אײַנגעשפּאַרטע טאָכטער


טײַערע אײַנגעשפּאַרטע טאָכטער,

בײַ דער געלעגנהיינט פֿון אײַער זונס ערשטער געבוירן־טאָג־שׂימחה אין אײַער היים בין איך אין גאַנצן מסכּים מיט אײַך. מע דאַרף זיך נישט פֿילן אומבאַקוועם אין דער אייגענער שטוב, און איר דאַרפֿט הנאה האָבן פֿון אײַער זונס יום־טובֿ. צוויי חדשים איז טאַקע נישט קיין לאַנגע צײַט פֿאַר אַן ערנסטער באַציִונג צווישן אַ מאַן און אַ פֿרוי. אָבער, ווי אומגעלומפּערט עס זאָל נישט זײַן, וועט איר מוזן אָננעמען דעם טאַטנס נאָענטקייט צו דער פֿרוי, אויב זייער ליבע גייט ווײַטער אָן. אין אַ חודש, צוויי, אויב אײַער טאַטע האָט נאָך אַ נאָענטע באַציִונג צו דער פֿרוי, וואָלט איך אײַך געעצהט, אַז נישט געקוקט אויף אײַער שטאָלץ און אומבאַקוועמלעכקייט, זאָלט איר זיך באַקענען מיט איר פּערזענלעך.


טײַערע חזנטע,

שלום! איך האָב נאָך קיין מאָל פֿריִער נישט געשריבן אין אַ צײַטונג. איך האָף, אַז איר וועט מײַן בריוו דרוקן.

מײַן בת־מיצווה וועט פֿאָרקומען איבער אַ יאָר. איך שרעק זיך אַ ביסל. די בת־מיצווה־קלאַסן וועלן זיך אָנהייבן אין צוויי חדשים אַרום. מײַנע טאַטע־מאַמע ווילן, איך זאָל לייענען די גאַנצע פּרשה. מײַן זיידע וויל, איך זאָל זײַן דער בעל־תּפֿילה פֿאַר שחרית אויך. איך זאָרג זיך, אַז איך וועל דאָס אַלץ נישט קענען באַווײַזן, אָבער איך וויל זיי זאָגן, אַז איך קען דאָס אַלץ יאָ באַווײַזן, איך זאָל זיי נישט אַנטוישן. וואָס זאָל איך טאָן?

נערוועזע בת־מיצווה־מיידל


טײַערע נערוועזע בת־מיצווה־מיידל,

מזל־טובֿ! איר וועט איצט אָנהייבן אַ וווּנדערלעכע נסיעה אין אײַער לעבן! זאָרגט זיך נישט וועגן די פֿאַרלאַנגען און וווּנטשן פֿון יעדן איינעם. דאָס איז אַ געלעגנהייט, איר זאָלט וואַקסן ווי אַ מענטש און זיך לערנען, און ווערן אַ געלערנטער מיטגליד אין דער ייִדישער קהילה. אויב איר פֿילט זיך נערוועז, אומרויִק, דאַרפֿט איר רעדן מיט אײַער חזן אָדער בת־מיצווה־לערער, צי איר קענט באַקומען מאַטעריאַלן, איר זאָלט קענען אָנהייבן די צוגרייטונג וואָס פֿריִער. ווען איר הייבט אָן די בת־מיצווה־קלאַסן, האַלט פֿרײַ יעדן טאָג אַ ביסל צײַט צו פּראַקטיצירן און שטודירן. איך גאַראַנטיר אײַך, אַז אויב איר גיט זיך אָפּ מיט דעם 20 מינוט יעדן טאָג, וועט איר אַלץ קענען אויסלערנען וואָס איר דאַרפֿט — און נאָך! ס׳איז נישט נייטיק צו באַשליסן וויפֿל מע דאַרף טאָן בײַ דער בת־מיצווה; איר דאַרפֿט זיך באַמיִען צו טאָן דאָס בעסטע וואָס איר קענט און אײַער משפּחה וועט זײַן שטאָלץ מיט אײַך.


טײַערע חזנטע,

איך בין אַ 90־יאָריקער אַלמן. מײַן פֿרוי, זאָל זיך מיִען, איז געשטאָרבן מיט 14 יאָר צוריק. בין איך צו אַלט צו בעטן אַ שיינע פֿרוי זי זאָל זיך טרעפֿן מיט מיר אויף אַ ראַנדעוווּ?

אַ זקן


טײַערער זקן,

ס׳איז קיין מאָל נישט צו שפּעט הנאה צו האָבן פֿונעם לעבן. גיט איר אַ קלונג!


* * *
איר האָט שאלות אין "הלכות־ליבע?" שיקט אַ בריוו — אויף ייִדיש אָדער ענגליש — צו חזנטע סלעק:
HazzanAri@yahoo.com
אָדער
Cantors Office
10400 Wilshire Blvd
Los Angeles, CA 90024